איך האף אז בחצרות פיקטשערס וועט ארומשיקן זאפטיגע קליפס און בילדער פון דעם געהויבענעם מעמד ווען ר' אהרן וועט זיך באגעגענען מיט זיין נייע טוי דער "ספרינטער"...
נשלח ב-20/10/2010 23:12
אפדעיט
פאר די אלע וואס פרעגן וואס א ספרינטער:
עס איז א הויעך טרעקל אויסגעשטאט מיט אלע צוגעהערן וואס מען דארף האבן וויכיג על כל צרה שלה תבוא און ספעציעלע אומשטענדען, דהיינו ווען עס קומט פאר א פראטעסט און ער דארף אנטלויפן פון די הונטערשטע טיר דורך די הצלה גאראדזש, ער זעצט זיך באקוועם אריין אינעם שוץ קאמער מיט טונקעלע פענסטערס, אז עס וועט אויספעלן וועט עס ווערן הארמאטיש
פארפאנצערט ווערן מיט דיקע געיטס, דערנאך וועט מען אנצונדען די לייטס און סיירינס, אראפדריקן די געז פעדל ביז די מאקסימאם און אפפליען קיין מאנסי א.ד.ג.
דריקט דא פאר א פריוויאו http://www.mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=13735
נשלח ב-20/10/2010 23:16
וואס באדערט אזוי פאר די זאליס די נייע ווען? קענעו דען די זאליס נישט קויפן אזאנס?
די קאמפאני פארקויפט נאר פאר ארונים?
נשלח ב-20/10/2010 23:23
מיר קענען זיך עס נישט ערלויבן, מיר דארפען קודם זיכן א נייע בית המדרש אז מיר זאלן האבן א דאך איבערן קאפ
נשלח ב-20/10/2010 23:39
איך ווייס נישט פארוואס ס'באדערט פאר אלע זאליס, פאר מיר באדערט דאס ווייל עס פאסט נישט פאר א רבי אזא ווען, א רבי דארף פארן אין א קאר אזוי ווי סקווירא רב אדער א לימאו ווי למשל פרעזידענט אובאמא, ס'באדערט מיר אז די חסידים האבן נישט קיין שכל אכטונג צו געבן אויפן הייליגן רבי'נס כבוד....
אבער נאכן זיך איבערטראכטן האב איך מחליט געווען אז זיין כבוד איז נישט דאס וואס באדערט מיר, מיר באדערט פשוט פארוואס מיין רבי האט נישט אזאנס, פארפאלן דיין רבי האט א שענערע גרעסערע בעסערע קאר
איך האב זיך פארט בארוהיגט ווען איך האב זיך דערמאנט אז די רעבעזעכרוינעליבראכע האט אויך נישט געהאט אזא באמבאסטיש ווען...
נשלח ב-21/10/2010 02:09
חיי שעה, אגב להוי ידוע האט דער רבי זי"ע יא געהאט אזא ווען, קוקט אויס די ביסט פון די יונגערע, פרעג דיין טאטן און דיין זיידן וועגען דעם "געלען ווען" ווי מען האט עס גערופן, היות דער רבי זי"ע איז אסאך ארומגעפארן און עס איז אים נישט גרינג געווען צו פארן אין א קאר האט מען דעמאלסט געקויפט פארן רבין די "געלע ווען" וואס האט פארמאגט א הויכע דאך מען זאל קענען אריינלייגן א טיש און בענקל און דער רבי זי"ע זאל קענען דארט זיצן, ביז עטליכע יאר צוריק איז נאך די געלע באס געליגן אראפגעשטעלט אונטערן שטח פון בני יואל מיידל סקול (אלטע ילד) (אגב די סיבה פארוואס מען האט געקויפט פאר מהר"א דעם ווען איז צוליב דעם וואס מהר"א קומט אריין קיין וויליאמסבורג כאטשיג 3 מאל א וואך און צומאל מער, וואס איז ווייט נישט קיין גרינגע זאך, און אזוי מיט אזא קאר מיטן הויכען דאך וואס איז אויסגעשטעלט געווארן מיט א שטוב פון אונטען מיט א טיש אין בענקלעך ווען עס אי"ה זיין אסאך גרינגער)
צדיק'ל, זאג נאכאמאל איבער די ווערטער, היות ר' אהרן קומט אריין כאטשיג 3 מאל א וואך... אוי! קאן נישט בעסער זיין. ווער האט תשנ"ט געחלומט אז חוץ דינגען א קעדילעק חול המועד אריינצוקומען צום רב הצעיר'שאפט, וועט מען נאך דארפן קויפן א ספרינטער ווייל מ'איז פארבליבן אין מאנרא...
נשלח ב-21/10/2010 03:51
לויט ווי די קוועלער געבן איבער געפינט זיך אינעם מהודרת טרעקל די כלי
נשלח ב-21/10/2010 04:36
או וואֵ! איז דאס א גוטס, די ערשטע ''רבי אן וויִעלס'' (Rabbi on weels) קענט בי עני בעטטער..... א שטייגער, יעצט וועט ער קענען בעסער נאכלויפן די חסידים..... וואס דארף א מתמיד-שקדן-רבי אזויפיל ארומפארן? די חסידים קומען דאך עניוועי.... און מ'קען אין די 3 שעה וואס אזא וועג-און-צוריק פארנעמט דורךלערנען הל' חיטים 101 מאהל!? אתתמהה!
נשלח ב-21/10/2010 04:56
גערעכט ''ספרינטער'' קומט טאקע מיט די כלי... כאטשיג וועט די רב קענען א גאנצע וועג זיכער מאכן אז ס'רעגנט נישט אין לאנג איילענד, וועט נישט זיין אזא ליבי נקפי... דא האט איר די לינק http://poncik.tk/2010-mercedes-benz-sprinter.html/
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 21/10/2010 05:02:45
נשלח ב-21/10/2010 08:39
מאווינג ראביי
נשלח ב-21/10/2010 23:30
גראדע אויפן ספרינטער ווייס איך נישט וואס די זאליס ווילן, עס איז זייער א נארמאלע זאך אז געטרייע חסידים זאלן צושטעלן פאר זייער רבין די באקוועמסטע קאר וואס איז שייך, נאטין ראנג עבאויט איט, איך אליינס באלאנג צו צד רז"ל אין איך זעה נישט וואס איז ראנג דערמיט.
נשלח ב-22/10/2010 02:09
הנגיד רבי, די בילד וואס דו ברענגסט איז א סטאק פאוטו, איך וויל זעהן א עכטע בילד פון ר' אהרן'ס ספרינטער. ער איז נישט אזא פערד צו האבען די כלי אריינגעבויט אין זיין קאר וואס יעדער האט צוטריט דערצו (איך שליס נישט אויס אויב האט ער א פארטעבל די ווי די). דאכט זיך אז די קאר איז א קאסטאם מעיד און עס האט וואס דער קליענט פארלאנגט נישט וואס די קאמפעני וויל