בית פורומים אידישע געדאנק

חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/10/2010 21:54 לינק ישיר 
חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $

ס'איז לעבעדיג אין זאל, די מוזיק שפילט אויף כח יעדער טאנצט, מזמן לזמן שטעקט א זאלי שנארער אריין זיין אראפגעלאזטע נאז דרייט זיך ארום צווישן די טישן זאמלען שנארעריי פאר זייערע פאשקעווילן. דער עולם בריקעט פלייש ווי ס'דארף צו זיין עטליכע זאלי קאזענס לויפן ארויס פאר'סמ'טערהייט פון זאל כאפן א ציגערעטל זיי ענדיגן איין ציגערעטל נאכן צווייטן און ווארטן ביז א אינגעלע וועט קומען זאגן אז מען הלאט שוין נאך די פלייש.

אוי איז דאס געווען א געשמאקע בילד, די פלייש האט געשמעקט א מחיה און די סעלף העיטינג פיפל פייניגן זיך אליינס אין ווילן נישט עסן די מהודרת פלייש וואס איז די חשוב'סטע שענסטע און בעסטע פלייש. אבער לאמיר נישט צופיל פארקריכן מיט די אנגעזעצטע זאליס לאמיר ענדערש רעדן פון אונזער העראישער מחותן.

אנגעהויבן האט זיך די פרשה תיכף נאכן שידוך, דער מחותן הייבט שנעל אויף א טעלעפאון ממחרת דעם ווארט ער רופט גלייך אן די חמסנים וואס האבן צוגע'גנב'עט די מוסדות און זיך משתלט געווען אויף אינזערע בנינים און כאפט א דעיט אין פרדס פיגא פאר מ'בלייבט אויסגעשפילט אן א עוועלעבל דעיט. די סעקרעטערי שרייבט אראפ דעם דעיט און זאגט אז ער דארף ביז 3 טעג ברענגען א דיפאזיט, אונזער מחותן טראכט נישט קיין צוויי מאל, ער וויל נישט דערלייגן קיין צייט, ער לויפט תיכף אריבער צו אינזער אפיס אויף ראדני און גיבט אהין קידושין און יחוד שטיבל געלט קונה צו זיין דאס מקום כדי ס'זאל נישט זיין קיין שאלות אזוי ווי "הרבנים הגאונים" שמיחק ראצענבערג בעל מחבר... איך געדענק שוין נישט וואס, און בערעלע האבן אינטערגעשריבן. פון דארט לויפט ער אריבער צו די אפיס פון די חמסנים און וויל געבן דעם דיפאזיט נאך באותו היום.

דער "חשובער ערליכער" מחותן דער קליינער קעפל זאגט אז פאר ער גיבט א דיפאזיט וויל ער מאכן זיכער אז מען וועט נישט סערווירן קיין פלייש נאר פיש...

די תשובה פון די בעלי זרוע וגאווה פארשפעטיגט נישט, זיי הייבן אן שימפן און לעסטערן יעדעם איינעם אנגעהויבן ביים רבין גענדיגט ביי די חשובע רבצין און צווישן פארגעסן זיי נישט פון שמואל בעקער פון דער בלאט אפיס די אנגעזעצטע זאליס האבן אזאנע קולות געמאכט אז איינער פון זייערע חברה וואס איז געזעצן אינעווייניג און האט נישט געוויסט וואס ס'גייט פאר האט ער שוין געוואלט שרייבן אויף  זייער בעקעריי פורום אז די אהרוינים האבן זיך אריינגעבראכן אין אפיס...

דער מחותן האט זיך נישט פארלוירן און האט קלאר געמאכט אז אויב וועט מען סערווירן די אומגעזאלצענע שרימפס פון די 82 פערדן שטאל וועט ער נישט חתונה מאכן אינם גע'גנב'עטן זאל.

ער איז אהיים און תיכף אנגערופן זיין מחותן אים איינצומעלדן אז די 3 אלפים פאר א צד איז ארויס פון פלאן ווייל ער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס פיגא, די איינציגסטעע זאל וואס ער קען נאך האבן איז (נאמען געהאלטן אין מערכת) און דארט וועט קאסטן 18 אלפים דאס מיינט אנשטאד 3 אלפים פאר א צד וועט דאס זיין 9 אלפים. אויפגעשוידערט איז דער חתנ'ס טאטע געווען דאס צו הערן, ער האלט נישט ביים צאלן 9 אלפים אויב קען ער חתונה מאכן פאר בלויז 3 אלפים. עס האט גענומען אפאר מינוט טראכטן און ער גיבט א פרעג דעם אבי הכלה "ביז ווען זענען זיי שוין געבאקט?"

יעצט האט דער אבי הכלה אינאכט גענומען אז דער מחותן ווייסט נאך בכלל נישט מיט וואס פארא רשעים מען האנדלט דא, סתם רוצחים וואס פארגינען נישט פאר יענעם א שטיקל פיש... האט ער מסביר געווען פארן אבי החתן אז די פראבלעם איז נישט די דעיט, די פראבלעם איז די פלייש...

דער אבי החתן ענטפערט מיט א גלייכקייט, "הער צו מחותן, איך האב קיין שום פראבלעם מיט די פלייש, איך און די ווייסן אז ס'איז אלעס שמואל ווידער'ס מעשיות, מיר אליינס האבן אלע יארן געגעסן און מיר זענען נתגדל געווארן אויף די פלייש. קען זיין אז קרית יואל פלייש איז בעסער, אבער פון דא ביזן צוצאלן נאך 6 אלפים פאר יעדע צד איז שוין איבערגעטריבן.

אבער דער אבי הכלה ווייזט ארויס דרייסקייט און אמונה שלימה אין שמואל בעקער פון דער בלאט אפיס און עקשנ'ט זיך אז ער וועט נישט געבן אומגעזאלצענע פלייש ביי זיין טאכטער'ס חתונה. ווען דער אבי החתן זעט די מסירת נפש זאגט ער פארן אבי הכלה, "קיין פראבלעם די חתונה קען זיין סיי ווי די ווילסט, אבער איך צאל נאר 3 אלפים אזוי ווי אין פרדס פיגא דאס איבריגס צאל די אליינס.

בלית ברירה שלעפט זיך דער חלה דעקל צוריק צו זייער אפיס פון ראדני און בעט צוריק די יחוד שטיבל געלט... אבער אזוי ווי די וועלט זאגט "צוריק גייט א קאזע" עס העלפט נישט קיין פודינו ומצלינו, שמיצחק ראצענבערג זאגט אז מצידו קען די חתונה זיין אין פרדס פיגא און ער גיבט נישט צוריק דאס געלט וואס די אפיס האט ערהאלטן אלס א דיפאזיט...

עס איז איבריג צו פארציילן אז די פיס האט שוין קוים געשלעפט דעם אבי הכלה, מיט שווערע טריט גייט ער אריבער צו א זאל אין צווייטן עק שטאט (נאמען געהלאט אין מערכת) און גיבט א דיפאזיט נאכדעם וואס מען האט אים צוגעזאגט און אויך אריינגעלייגט אינם קאנטראקט אז עס וועט זיין דווקא נאר "סאטמארע פלייש". עס האט אים נאר געגעבן א קיצל ווען מען האט אים קלאר געמאכט אז אויב וויל ער דווקא סאטמארע פלייש וועט ער דארפן צוצאלן נאך 2 אלפים מער. קיין ברירה האט ער שוין נישט געהאט ער האט זיך צום סוף געטראפן אין א לאך פון 17 אלפים נאכדעם וואס דער מחותן האט מסלק געווען נאר 3 אלפים...

יעצט האלט מען שוין ביי די פלייש דער מחותן דרייט זיך ארום א "אנגעגעסענער" און צופרידענער נאר די זאליס דרייען זיך ווי "באזאלצענע מיט ים זאלץ"... אבער דא פאסירט א שטוינענדע זאך, דער מחותן באמערקט אז א גרויסער עולם האט זיך בכלל נישט געלאזט סערווירן מיט די פלייש, זיי זענען לכתחילה מוותר אויף די תאוה פון קרית יואל'ע מהודרת... דאס האט אים זייער שטארק געציפט אין הארץ, ער האלט שוין נאכן צאלן 14 טויזענט דאלער בלויז פארן באקומען דאס פלייש וואס ער האט ליב און א געוואלד פון די "טייערע" פלייש גייט גיין אין מיסט... די נאז הייבט אים אן פאלן אויף אראפ ער ווערט דערביטערט.

נעמט נישט מער ווי געציילטע מינוטן און איינער א פעפעריגער אינגערמאן גייט צו צום קעטרער און פרעגט אים "וועלכע פלייש איז דאס?" ענטפערט ער "82"

דאס האט געקראכט ווי א באמבע! פראבירט אייך פארשטעלן ווי אזוי די סצענע האט אויסגעזען! דא באצלאט דער מחותן 14 אלפים און פרעסט זיך אן און דא ווערט ער געוואר אז ער האט דעם זעלבן געשעפט געקענט האבן פאר 14 אלפים ווייניגער! ער לויפט צו צום קעטרער מיט א געוואלדיגער כעס און מאכט יאמערליכע קולות.

אבער דער קעטרער דערשרעקט זיך נישט, און זאגט "מיר געבן געווענטליך קרית יואלער פלייש ווייל דאס איז די ביליגסטע, איר האט געבעטן דווקא סאטמארע פלייש האב איך פארשטאנען אז איר ווילט נישט קרית יואל, פארדעם האב איך געטשארדשט נאך 2 אלפים און געקאכט 82 פלייש, קוק אריין אין דיין קאנטראקט וועסטו זען אז ס'שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז מען וועט סערווירן סאטמארע פלייש"!

דער מחותן האט זיך ארומגעדרייט צו א צושלאגענע הושענא ביז א זאלי טעראריסט איז צוגעגאנגען צו אים און געזאגט מיט א רשעות'דיגן שמייכל. "קענסט זיך בארוהיגן אז עס איז כאטש נישט געגאנגען אין גארביטש, ווען דער עולם האט זיך דערוויסט אז ס'איז סאטמאר 82 איז מער נישט געבליבן קיין איין פארציע"...


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 21/10/2010 22:00:08




תוקן על ידי חיי_שעה ב- 21/10/2010 22:07:30




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:06 לינק ישיר 

נעבעך מיט אזעלעכע פאנטאזיעס דרייען זיך די דערביטערטע זאליס. השם ירחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:11 לינק ישיר 

אוי איז דאס א גוט'ס, איך בין געווען ביי די חתונה דער מחותן אין חיים יודא לעווינגער ער האט חתונה געמאכט אין אימפעריעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:17 לינק ישיר 

א נייפל איז פסול לעדות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:24 לינק ישיר 

משהלע אלס געטרייער חסיד פאר דיין רבי וואלסטו געדארפט אריינשיקן פאר חיים יודל אפאר דאלער אים צו העלפן איבערקומען זיין טיפשות פון בעטן "סאטמארע פלייש". און לערן זיך אויס פאר דיר אויך, ווען די מאכסט א שמחה זאלסטו באשטעלן דווקא "קרית יואלע" פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:26 לינק ישיר 

משה'לע, א חרש שוטה וקטן זענען פסול לעדות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:33 לינק ישיר 

איך האב אנגערופן דעם בעל הבית פון אימפיריעל וואס איז מיינס א קרוב און ער זאגט אז ביי לעווינגער חתונה איז געווען קרית יואלער פלייש אזוי ווי ביי 90 פראצענט פון זייערע שמחות, און קיינער רופט נישט קיין שום פלייש סאטמארער פלייש, אדער רופט מען קרית יואלער פלייש אדער 82 פלייש, די גאנצע מעשה איז א פאבריקאציע, פונקט ווי די מעשה פון רבי לייבוש מיט סידור קידושין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:34 לינק ישיר 

יא, מיר קענען די מעשה פון דער נאנט, אבער ווי חיי שעה לייגט עס אראפ- בעסער ווי גוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 22:58 לינק ישיר 

יא, עקסעלענט צוזאם געשטעלט די פאנטאזיע, ער האט פשוט מחי' געווען די אריבער 20 זאליס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:10 לינק ישיר 



תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 21/10/2010 23:13:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:14 לינק ישיר 

קאמפירמט די מעשה


און ווי עס האט מיר געזאגט א קלוגער איד, זעט מען פון דעם אז ווען איינער מיינט אמת'דיג צו זיין ערליך היט מען אים פון הימל.

דער בעל שמחה איז אן ערליכער יונגערמאן וואס איז נעבעך איינגערעדט אז די קעי-דזשעי פלייש איז די בעסטע, אבער פון הימל האט מען אים געוויזן אז ער וועט נישט מכשיל זיין די געלאדענטע געסט ביי זיין שמחה מיט נישט מהודר'דיגע פלייש. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:17 לינק ישיר 

אויף די גאנצע נארישע אשכול גיי איך נישט יעצט ענטפערן נאר איין פוינט. ק"י פלייש איז סאך טייערער ווי 82 פלייש. טשעק עס נאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 23:19 לינק ישיר 

איך וועל מיטיילן מיין מעשה אמת, איך בין לעצטנס געווען ביי א חתונה, איז געזעסן לעבן מיר א אינגערמאן, קלאר נישט קיין סאטמארער, ער פרעגט מיר וואסערע פלייש מ'סערווירט, זאג איך, איך ווייס נישט, פרעג איך אים פארוואס ער פרעגט, זאגט ער אז זייט די פינקל פרשה געבט ער מער אפבאכט, פרעג איך וואסערע סארט פלייש איז ער ציפרידן, זאגט ער גלייך, קרית יואל, פרעג איך אים, און וואס זאגסטו צו די קאטשקע סקאנדאל, קודם האט ער נישט געכאפט פון וואס איך רעד, נאכדעם האט ער זיך דערמאנט, און ער געט אזא צינישן שמייכל, און מאכט אוועק מיט די הענט און זאגט מיר בזה הלשון: "פאליטיק העמיר רעדן שפעטער יעצט ווער מיר געוואויר וואסערע פלייש דא איז" ביים אנדערן זייט טיש זענען געזעסן א משפחה סאטמארע אויסגעשפראכענע זאלויניס, א טאטע, 2 זוהן מיט א איידעם, א גאנצן סעודה זענען זיי געווען ביזי מיט אהרן אהרן אהרן, אזאך וואס גרוילט מיך אלס ביי אלע סאטמארע חתונות זעהט מען ווי משפחות זיצן ציקאכט ביי די טישן אין ביזי מיט די אהרן זלמן לייב מחלוקה, זיי ווייסן אליין נישט ווי מיס ס'קוקט אויס, עניוועי, נחזיר לענינינו, איינע פון די זאלויניס האבן געהערט דעם אויסדריק פון דעם אינגערמאן אז די קאטשקע סקאנדאל איז נישט מער ווי א פארטייאישע פאליטיק , גראדע א איידעלער אינגערמאן, אבער איך האב גראד געזען ווי ס'ווערט איהם שלעכט, מ'קען אסאך מאל זעהן ווי א מענטש וועקט זיך צי ריעליטי, דער זאלויני האט מסתמא געליינט ער "דער איד", פון דארט האט משמע געווען אז די קאטשקע סקאנדאל גייט באנקראטירן קרית יואל שחיטה, דא הערט ער פון א פרעמדער אינגערמאן מאכט עס אזוי אוועק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:23 לינק ישיר 

אין דער קלאר נישט סאטמערע יונגערמאן האט מסתמה גליינט דער בלאט אז אין 82 זאלץ מען נישט קיין פלייש,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:32 לינק ישיר 

סקאט שרייבט:


ביים אנדערן זייט טיש זענען געזעסן א משפחה סאטמארע אויסגעשפראכענע זאלויניס, א טאטע, 2 זוהן מיט א איידעם, א גאנצן סעודה זענען זיי געווען ביזי מיט אהרן אהרן אהרן, אזאך וואס גרוילט מיך אלס ביי אלע סאטמארע חתונות זעהט מען ווי משפחות זיצן ציקאכט ביי די טישן אין ביזי מיט די אהרן זלמן לייב מחלוקה

סקאט טייערער: דא אויף היידפארק זע איך נישט אז עס זאל דיך גרוילן די פאליטיק.
אמת ביי א שמחה דארף מען נישט זיין ביזי דערמיט (אויב די מעשה איז בכלל אמת), אבער יענע רעדן כאטש אפען און דער צד שכנגד ווייסט מיט וועמען ער טענהט זיך.
דא אויף היידפארק ביזטו א שיינער איד, קאכסט אין פאליטיק, אָן דעם וואס דער אנדערער זאל וויסן מיט וועמען ער פירט פאלעמיק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 23:45 לינק ישיר 

פריינדלעך


אפשר פאר חלה דעקלעך קאסט מער קעי-דזשעי פלייש אז זיי זאלן זיך בעסער פילן.

אבער די קעיטערערס באצאלן חצי בחינם פאר קעי-דזשעי פלייש, און "דאס" איז די סיבה פארוואס א סאך קעיטערערס נעמען די פלייש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext