בית פורומים אידישע געדאנק

מר תתפתל עס קומט שוין באלד נאכאמאל פרשת תולדות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/10/2010 23:27 לינק ישיר 
מר תתפתל עס קומט שוין באלד נאכאמאל פרשת תולדות

ווער עס געדענקט נאך פלעגט אמאל זיין א שיער און חומש רש"י און פארק דורך אינזער חשובע מגיד שיער מר תתפתל דא האט איר א טייל פינעם שיער פון פאריאר פרשת תולדות 

ויהי כי זקן יצחק וכו' ויקרא את עשו "בנו הגדול"

"בנו הגדול" איז אלעמאל געווען עשו'ס טיטול!

דריי און זעכציג יאר האט דער בנו הגדול ארומגעפאפט דעם טאטן און די וועלט מיט זיין לומדות און צידקות אבא איך מעשרין את המלח ואת התבן, פאקטיש איז ער דאך געווען אויפן יאכט א גאנצן טאג האט ער אוודאי אויך געהאט דעם גרעסטן שעכט הויז בימים ההם! און דער טאטע האט שטארק געהאלטן פון זיין בנו בכורו און אים געשעצט ער האט זיך געגרייט נאר אים צוגעבן די ברכות, מה עשה הקב"ה ער האט צוגעפירט בהשגחה עליונה אז דער יונגערע ברודער זאל עס באקומען.

אזוי ווי דער בנו הגדול האט זיך דערזען כי כלתה אליו הרעה דער יונגערער ברודער האט אים ב'גנב'עט, וישא את קולו ויבך מען באגאנבעט אים מ'לאזט אים נישט צו צום טאטען, פארשטייט זיך ס'האט זייער שנעל געהאלפן! אדאנק דעם האט ער אנגעהויבן צו באקומען סימפאטיקער מער און מער ביז ער איז געווארן א רבי פון, הונדערט זעכטציג טויזענט פאנאטיקערס (יעדע איש פון די ארבע מאות האט געהאט אונטער זיך ארבע מאות)

ער מיט זיינע פאלויער'ס האבן אבער נישט געוואלט און ווילן נישט וויסן פון עפעס אנדערש נאר אז דער יונגערער ברודער איז א פאלנער גנב, דער טאטע האט דאך קלאר געזאגט פארן בנו הגדול אז ער גייט עס באקומען, אמת! אבער דער בנו הגדול ווייסט נישט, צו וויל נישט וויסן, אז אמאל האט טאקע דער טאטע געהאלטן פון אים אבער בלאף האט אויך א שיעור און שקר אין לו רגלים! דער טאטע האט דערשפירט דעם ריח גיהנם וואס זיין למדן טראגט מיט זיך דער טאטע פארשטייט זייער גוט אז די גניבה מיטן יונגערען ברודער איז געווען א השגחה פרטית און א חסד צוגעפירט פון אויבן דורכ'ן מסבב כל הסיבות, און איז נישט בלויז א מענטשליכע אקציע אנדערש וואלט זיך גארנישט נישט קיין משהו אויסגעלאזט פון דעי גניבה.  

 מ'דארף הויעך ענטפערן דעם בנו הגדול ותלמידיו יא! אונז האב מיר ג'גנב'ט!! און מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט מען ווייטער גנב'נען פון דיר וואס מ'קען נאך, מיר וועלן נישט צולאזן דו זאלסט פארפאטשקענען און פארדרייען אלעס לויט דיין געשמאק אָן קוקן ווי אזוי דיין טאטע און זיידע האבן זיך געפירט!, און אויך ברויך נישט דער בנו הגדול וואס האט זיך גענומען א פרוי ביי די בני ישמאעל קרוגען דעס אלעס!

 דו האסט נישט קיין שום דין קדימה! נישט ווייל, דו ביסט  בנו הגדול!!!

נישט ווייל, דו ביסט א תבן ומלח וועלטס למדן!

נישט ווייל דו ביסט דער 'שר הטבחים' פון אלע שעכט הייזער!

און נישט ווייל דו האסט הונדערט זעכטציג טויזענט  נאכשלעפערס!

 קיין איינער ווערט נישט נתפעל פון דיין צביעות! און גארנישט וועט פארדעקן דיין שווארצע היסטערי פון 'על חרבך תחי'!!!קיינמאל!   

  ווען דער בנו הגדול איז אלט געווען 40 יאר האט ער חתונה געהאט, זאגט אויף דעם רש"י הק' אז עשו איז דומה לחזיר מיער, לכאורה איז שווער דער בנו הגדול האט דאך נאכגעטון זיין טאטע יצחק וואס האט אויך חתונה געהאט מיט רבקה ביי די 40 יאר נו פארוואס איז דער בנו הגדול א חזיר ער גייט דאך ס"ה אינעם טאטען'ס דרכים, נאר טאקע דעס וויל רש"י ארויסברענגן ווי רש"י זאגט ווייטער אז פונקט ווי א חזיר שטעקט זיך ארויס זיינע פיסלעך צו ווייזן פאר יעדעם קוק טהור אני, די זעלבע מיטן בנו הגדול טאקע ווייל ער פירט זיך אויף אנדערש ווי זיין טאטע האט זיך געפירט דערפאר ברויך דער נבילה זיך כסדר בארימען קוק איך טו זאכן וואס דער טאטע דער זיידע האבן געטון!

 קומענדיגע מאל וועלן מיר שרייבן איבערן ביזוין המת וואס דער בנו הגדול האט צוריקגעטון צום ברודער אלס נקמה פאר די גניבה. המשך יבוא אי''ה

 

נ.ב. איך האב דירעקט נישט דערמאנט דא פאליטיק, נאר פשוט אביסל חומש רש"י פון די וואכנדיגע סדרה; ווער עס וויל זיין א מזכה את הרבים, קען דאס ארויספרינטען און אויסלייגן אין זיין שבת-שול צוזאמען מיט די אנדערע גליונות. (די נאכפאלגענדע קללות ברויך מען נישט ארויסנעמן ווייל דעס איז א עקסטערע חן וואס דארף אויך געזען ווערן,) יש''כ    





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 16:54 לינק ישיר 
דער ויבך ווי דער בנו הגדול האט געקייכט איז דאס יאר מער מקיום געווארן לפני מיטתה!



די יללות די משונה'דיגע ברעטשערייען חלק ב'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מר תתפתל עס קומט שוין באלד נאכאמאל פרשת תולדות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext