I am sorry for jumping on you every time, but, you should put on the kosher sites first, actually you shouldn’t put it on YouTube at all, an observant Jew shouldn’t even think about going on you tube, you don’t believe I’m wrong, do you?
נשלח ב-27/10/2010 17:44
Lets not get in to what a Observant Jew should or shouldn't do it's quite complicated
נשלח ב-27/10/2010 18:18
מלך, 'קליפ' איז נישט דער וואס אפלאוד די קליפס דאכצעך, די קליפס וואס ער לייגט דא ארויף זענען שוין טוירד-פארטי. דיינע טענות דארפן זיין געבויעט צו די וואס לייגן עס בכלל ארויף אויף יו-טוב. לדוגמא, די פרישע "משתדלים" ארגאניזאציע האבן יעצט צוזאמענגעשטעלט א קליפ אנטקעגן אר-עף-אר איבער גרובונגען אין א"י, און האבן עס ארויפגעלייגט אויף יו-טוב. (דאס איז דאך ממש בבחינת טובל ושרץ בידו... מברויך פראטעסטירן קעגן די פראטעסטירער, נישט אזוי?...) מ'קען זיי דן זיין לכף זכות, אז זיי ווילן אז די מעסעדזש זאל אנקומען צו די גויאישע גאס, וואס פאר די סיבה פראטעסטירט מען טאקע צווישן די גוים, און נישט אין די בתי מדרשים. איך זעה טאקע יעצט שרייבנדיג די שורות אז זיי האבן געלייגט א לינק פאר זשעי-נעט באנוצער.
נשלח ב-27/10/2010 18:21
מיין טענה איז איין זאך, די אלע קליפס ווערן ממילא ארויפגעלייגט אויף היימישע סייטס, פארוואס פעלט אויס צו לינקן צו יו טוב? ברענג א כשרע סייט אין פארטיג.
נשלח ב-27/10/2010 18:24
לידיעה בעלמא, יו טוב איז געבלאקט דורעך די גויאישע פילטערס אויך, נישט נאר די יודישע בלאקן עס, איך האב
K9 Web Protection
אין אויב סיינט מען אויף פאר א בעסיק רעקאמענדעד פילטער איז יו טוב געבלאקד, ממילא עס איז נישט עקסטרעם צו זאגן אז א יוד טאר נישט גיין אויף יו טוב.
נשלח ב-27/10/2010 18:38
מלך, די ביזט גערעכט מיט דיינע טענות, אבער ס'איז זייער גרינג צו רעדן, ווייל למעשה רוב אידישע קליפס ווערן ארויפגעלייגט נאר אויף יו-טוב. און אפילו די וואס ווערן יא ארויפגעלייגט אויף די כשר'ע סייטס -מה נשמע א.ד.ג.- נעמט זייער לאנג ביז ווילאנג יענע זייטל טוט דאס אקצעפטירן. לכאורה פאר די פשוט'ע סיבה, ווייל זיי גייען איבער יעדע קליפ צו ס'איז אויסגעהאלטן אז ס'זאל ליגן אויף זייער זייטל.