קול קורא: הייליגער רוף פון גדולי צדיקי הדור
הייליגער רוף פון גדולי צדיקי הדור נעכטן דינסטאג אויפדענאכט, ח"י חשון, זענען די גדולי וצדיקי הדור מאורי הגולה שליט"א ארויסגעקומען מיט א הייליגן רוף אין א היסטאריש-פארייניגטער אונטערגעשריבענער "קול קורא", איבער דעם פליכט פון יעדן יחיד ארויסצוגיין לרחובה של עיר אויסצושרייען דעם קול מחאה וזעקה אין פראנט פון די אר.עף.אר. הויפּטקווארטיר געביידעס אויף פּארק עוועניו אין מאנהעטן, ביי די "מאסן דעמאנסטראציע" וועלכעס איז פאררופן געווארן דורך די 'התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא', אויף מארגן דאנערשטאג נאכמיטאג. אין אלע שיכטן און קרייזן פון איבער גאנץ ניו יארק און אומגעגנט גרייט מען זיך שוין אין די איצטיגע טעג מיט א קענטיגע פיבער און ברען ארויסצוקומען אין די מאסן, רבבות אלפי ישראל כאיש אחד בלב אחד, זקנים עם נערים, צו נעמען אנטייל אין דעם מעכטיגן עצרת רבתי, אין שפּיץ פון די גדולי ומאורי הדור רבותינו שבגולה. רבנים און ראשי ישיבות און זייערע תלמידים, גדולי האדמורי"ם און זייערע קהלות, גרייטן זיך ארויסצוקומען מיט א זעלטן פאראייניגטער כח אויסצושרייען דעם קול מחאה וזעקה פון ערליכער אידנטום. ס'איז ביי יעדן קלאר אז דאס יהדות הגולה מוז אצינד פאַרשטארקן דעם דרוק אויף די שולדיגע אינסטאַנצן פון 'אר.עף.אר. ריעלטי', זיי זאלן ברענגן א אפּשטעל צו די גראבונגען, יעצט ווען מ'געפינט זיך ביי אַ ווענדפּונקט ווען די פירמע גרייטן זיך אנצוהייבן מיט די דריטע פאזע פון די בוי-ארבעט, דערמיט ענדגילטיג אויסצוגראבן דעם גאנצן שטח אין א טיפקייט פון דריי שטאק, וואס באדייט ליידער אז הערשט אצינד הייבט זיך אן די ריכטיגע גזירה פון 'חיטוטי שכבי' אויף א אומדערהערטן שרעקליכער פארנעם, האבן די גדולי ישראל פעסטגעשטעלט און זענען ארויסגעקומען מיט א הייסע פאדערונג, אז עס איז נישט קיין צייט צו שווייגן, כלל ישראל טאר נישט זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט אין אזעלכע גורל'דיגע מינוטן ווען דאס געביין פון אידישע קברים ווערן געשענדעט רח"ל. דער הייליגער רוף פון די גדולי צדיקי הדור אין א פרצעדענטלאזער קול קורא איז מחייב יעדן יחיד צו נעמען אנטייל אין די מאסן דעמאנסטראציע דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אין מאנהעטן.
_________________
 |
|
|