ווי שוין באריכטעט אין א פריערדיגע אשכול טוט זיך "טישן אין בענק" צווישן די חסידי מהר"א פון לאנדאן און די ראשי קהלה פון ניו יארק. אנגעהויבן האט זיך די ריסן תיכף נאכן פארגאנגענעם באזוך פון הגה"ק אין לאנדאן, די ראשי קהלה פון ניו יארק האבן צוגעזאגט צו ספאנסערן די טריפ, למעשה זענען זיי צוריק אהיים געפארן קיין ניו יארק איבערלאזענדיג די דארטיגע חסידים מיט איבער 100 טויזענט לאנדאנע פונט אין חובות.
יעצט האבן די לאנדאנע חסידים געלאזט וויסן פאר די ניו יארקע ראשי קהלה אז זיי נעמען נישט ארויס פון זייערע קעשענע קיין איין פעני פון פאראויס. די ניו יארקע ראשי קהלה זאלן מוחל זיין שיקן דאס געלט פון פאראויס (איר געדענקט אוואדאי די געקראכטע טשעק צום לויער ביים קעיס קעגן דעם ברך משה אינטערגעשריבן דורך כ"ק אדמו"ר מהר"א... אויך געדענקט איר אוודאי די בריוון פןו די פישמאן ברידער "תפלה גזולה" אויפן צוויי טאגיגע ביהמ"ד ביים גרעניץ פון וו"ב און איר געדעקנט מן הסתם אויך די בריוו פונם קאנטראקטער פונם ווייט עוו. ת"ת מיט קאפיס פון די געקראכטע טשעקס). די לאנדאנע חסידים האבן שוין פארשטאנען אז דאס איז די אפיציעלע סיסטם. אנדרייען א ווינט וואס קאסט שווערע געלטער און נעלם ווערן איבערלאזענדיג ריזיגע חובות.
נאך לענגערע פארהאנדלונגען וואס האבן נישט געברענגט קיין רעזולטאטן האט אברמי רובין ארויסגעשיקט מיט א שיף "פארענטשעס מיט סיינס און פאלקאטען" קיין לאנדאן (זעט אויס אז חוץ זיך לאזן פיקטשערן אינם ביהמ"ד החדש קען ער נאך עפעס...). לויט א אומבאשטעטיגטע באריכט האט רובין געזאגט פאר א חבר זיינער אז די גאנצע פרשה מיט סאוט 8 האט ער אנגעדרייט נאר צו קענען נעמען א גרויס מארגעדש צו באצאלן די לאנדאנע טריפ און דערנאך לאזן דעם ביהמ"ד גיין אויף פארקלויזשער רח"ל
צוליב נקמה האבן די ניו יארקע ראשי קהלה באפוילן פאר דער בלאט נישט צו מאכן א מצב פון די נסיעה אזוי ווי זיי טוען געווענטליך. כאטש דער בלאט מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די "מאסע המאלכעס" באצאלן די ניו יארקע קהלה יא טיקעטס פאר אריבער 300 ניו יארקע בחורים אין אינגעלייט כדי ס'זאל נישט קיין קיין בזיונות עצומות.
די שאלה וואס בלייבט נאך אפען איז אויב ווען מען יעצט אויך צולאזן אז א היימישער דראג דילער זאל זיין דער דרייווער אדער זיי האבן זיך שוין געלערענט פונם עבר.
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 31/10/2010 17:51:38
נשלח ב-31/10/2010 17:56
יעדער איז מכובד צו גלייבן... דרך אגב מסתמא ביסטו א באהאלטענע זאלי וואס אפיציעל ביסטו פון די העכסטע ארונים... דו ווייסט אייביג מעשיות וואס קיינער ווייסט נישט.... דרך אגב שמוץ אשכול 21 פון חיי שעה אין ווייניגער ווי 3 וואכן...
נשלח ב-31/10/2010 18:00
וואס לייקענסטו?
די לייקענסט אז דער לויער אינם ברך משה קעיס האט אריינגעגעבן א פארלאנג צום שופט ער זאל צווינגן ר' אהרן צו באצאלן דעם געקאכטן טשעק, אדער די לייקענסט אז ר' אהרן'ס טשעק האט בכלל געקראכט?
די לייקענסט אז ענק האבן נישט באצאלט אריבער 6 חדשים די ליעס אויפן שטח פון ענקער בלעכערנע שול, אדער די לייקענסט אז די פישמאן ברידער האבן ארויסגעגעבן א בריוו?
די לייקענסט אז דער קאנטראקער איז נישט געווארן באצאלט אדער די לייקענסט אז דער קאנטראקטער האט נישט ארויסגעגעבן א בריוו צוזאמען מיט קאפיס פון די געקראכטע טשעקס?
נשלח ב-31/10/2010 23:28
חיילע, אמאל ביסטו געווען זיס, ווייל די מעשיות האבן כאטש געהאט א שמץ פון אמת. אבער לעצטענס וועפסטו שוין מיט דיינע דמיונות, ביטע לאז אונז פון היינט און ווייטער אביסעלע מיט האלטן פון ווי דיינע סחורה קומט מיט עפעס פראף און פאקטן, ווייל אן דעם ביסטו שוין נישט אינטערעסאנט, דער ציבור וואלט שטארק הנאה געהאט אז אלעס וואס די פארקויפסט זאל אין ווירקליך פארסירן, אבער סתם אין דמיון וויאזוי די וואלסט געוואלט אז עס זאל זיין, איז עס נישט אינטערעסאנט.
נשלח ב-31/10/2010 23:34
פינחסיואל, די האסט שוין געזען פראף אז דיין רבי'ס טשעק פארן לויער אינם ברך משה קעיס האט געקראכט די האסט שוין געזען פראף אז די פישמאן ברידערס רופן ענק אן גנבים די האסט שוין געזען פראף אז דער קאנטראקטער פון ענקער ווייט עוו. ת"ת שרייבט אז ענק זענען גנבים די האסט שוין געזען פראף אז די טשעקס האבן געקראכט איינס נאכן צווייטן
און די האסט נאך אלס געלייקענט, אויב אזוי?! (א דריי מיטן פינגער) פארוואס זאל איך זיך אנשטרענגען נאכאמאל? נאר כדי זאלסט קענען נאכאמאל פארלייקענען שמש בצהרים? איך האלט נישט דערביי!
איך דריי שוין גארנישט א קאפ! ווען איך ברענג יא פראף ווערסטו נעלם אזאש מ'קען דיר טרעפן נאר דארט ווי די פעפער וואקסט, ווילסטו יעצט איך זאל אודך ברענגען פראף אז זאלס ווייטער קענען מאכן א ויברח און איך זאל דיר זיכן מיט לעכט? כ'האלט נישט דערביי!
נשלח ב-1/11/2010 00:05
יא זיי אזוי גוט און הייב אן ברענגען פראף, בלויז אויף דיינע היינטיגע מעשיות אליינס! (און איך לייג איין מיין רשות כתיבה אויב איך ווער נעלם אפי' אויף איין טאג, און בכלל איז כדאי צו ענפערן פאר די אלע הונדערטער וואס זעהן דיינע בויך קרעפטן און לאכן פון דיר, במילא ווייס זיי אלע אויף אז די רעדטס יא צו דער זאך) אנגעהויבן ביי "טישן אויף בענק" אין לאנדאן, און אריינגערעכענט רעצענבערג מיט תולדות אברהם יצחק (וואס אגב גליטשט ער זיך זיך שוין ארויס פון די ארוינישע הענט) און געלע בדחנ'ס רויטע באקסל, וכו' הייב שוין אן די ארבייט!
נשלח ב-1/11/2010 00:27
זיי מסביר פון ווי נעמסטו די אלע זאפטיגע מעשיות? ווי שוין באריכטעט אין א פריערדיגע אשכול טוט זיך "טישן אין בענק" צווישן די חסידי מהר"א פון לאנדאן און די ראשי קהלה פון ניו יארק. מקור ביטע?
צוליב נקמה האבן די ניו יארקע ראשי קהלה באפוילן פאר דער בלאט נישט צו מאכן א מצב פון די נסיעה אזוי ווי זיי טוען געווענטליך. אגב אויב די האסט געזען די בלאט, האבן זיי עטליכע פעיזשעס ולרבות דעם דעקל, פאר די נסיעה ומאן יאמר אז זיי מאכן נישט קיין מצב? ווער זאגט אז נאר די מצב און איבערקרענישט וואס מרז"ל האט געהאט ביי די חומה בצורה נסיעה, הייסט מצב?
כאטש דער בלאט מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די "מאסע המאלכעס" באצאלן די ניו יארקע קהלה יא טיקעטס פאר אריבער 300 ניו יארקע בחורים אין אינגעלייט כדי ס'זאל נישט קיין קיין בזיונות עצומות. מען האלט שוין ס"ה איין טאג פארן די נסיעה, אפשר זאגסטו מיר "איין" טיקעט וועם זיי האבן באצאלט? .
נשלח ב-1/11/2010 01:45
די האלטסט ביים צאלן וועדשעס? פארוואס זאל איך ארבעטן לויט דיין געשמאק? וואס וועל איך האבן דערפון?
נשלח ב-1/11/2010 05:04
ניין! איך צאל נישט גארנישט, בלויז אז דער ציבור זאל גלייבן דיינע פאנטאזיעס,
נשלח ב-1/11/2010 21:14
ני חיי, מען האלט שוין אינמיטן דעם מעמד הכתרה אין לאנדאן, ווער זענען שוין די דריי הונדערט אידן וואס האבן באקומען טיקעטס פון די ארונישע קהל אין וויליאמסבורג ?
נשלח ב-1/11/2010 21:30
אוי האסטו מיר יעצט געפאקט ביי די מעשה ווייל ביים קבלת פנים זענען טאקע נישט פארהאן קיין 300 צוזאמען מיט די לאנדאנע!
זעט אויס אז דער ניו יארקע באצאלטע זענען אויסגעמיטשעט פונם וועג און זענען זיך געגאנגען צולייגן...
נשלח ב-1/11/2010 21:45
עטס הערטס חברה? סדרייט זיך איבער א וועלט, נישט מער און נישט ווייניגער מען מוז האבן פראף, ארויניס זענען קיינמאל קיין קעלבער נישט געווען זיי קענען בשום אופן נישט אקצעפטירן קיין מעשה אן קיין סערטיפייד פראף,
האמער נישט קיין בעריירעס פנחס יואלי האסט אונז געכאפט רעד הענדעדט זאלסט בשום פנים ואופן נישט דאס אפקויפן, חוץ אז יונה'לע שמעלקעלע וכו' שרייבן עס קלאר ארויס שווארטץ אויף ווייס אינעם פארק אדער אינעם געלען בלעטעל, אדער טעלער פארציילט עס אלעף שמות שחל בפורים משולש.
נשלח ב-1/11/2010 21:56
satmar90: Fisher handing over to Aron the tzatlich for his Drusha in London
נאך די מיטונג היינט צווישן די צוריסענע ראשי קהלה אין לאנדאן איז מען געקומען צו א אפמאך אז חוץ וואס וואזנער וועט זיין רב, וועט שמעי' בן שייע וואלף לעוו זיין א מו"ץ אין די קהלה אזוי וועט הערשטן שלום ושלוה.