למ"ב #9 ראזענבערג כאפט אן כ"ק מ'אברהם יצחק ביים קארג
דער תולדות אברהם יצחק רבי פון ירושלים וויילט די טעג אין ניו יארק (איר האט נישט געוויסט? דאן ליינט איר נישט דער בלאט). ער האט זיך נעבעך זייער שטראק געוואלט משתתף זיין ביים פראטעסט פארגאנגענע וואך ביי RFR ער האט זיך אויסגעדריקט פאר איינע פון די קינדער זיינע "מיר זענען קרובים אל החלל, ווער נאך ווי אינז דארפן זיין דארט?" למעשה האט ער זיך נישט געקענט משתתף זיין ביים עצרת "מוחאה על העבר ובקשה על העתיד" אזוי ווי דער בלאט רופט דאס אן.
יצחק ראצענבערג וויסענדיג אז ר' שמואל יעקב איז א פאטענציאלער חותם (נישט קומענדיג אין חלום אז ר' געציל אליינס וועט אינטערשרייבן) האט געלייגט א געוואלדיגער דריק אז ר' שמואל יעקב זאל נישט אינטערשרייבן, ער האט געניצט אלע תירוצים אויף דער וועלט און ר' שמואל יעקב האט פארט אויסגעדריקט זיין רצון יא אינטערצושרייבן. צום סוף האט ראצענבערג באזיגט מיט די טענה אז עס וועלן סיי ווי נישט קומען מער מענטשן לכבוד די חתימה.
ווען עס איז געקומען דעם טאג פון פראטעסט האט ר' שמאול יעקב געזאגט פאר די גבאים אז ער וויל גיין צום פראטעסט. די גבאים האט געציטערט פון ראצענבערג, האבן זיי אים שנעל אריבערגערופן. תיכף ווען ער איז אנגעקומען האט ער געזאגט פאר די גבאים אז ער גייט אליינס רעדן צום רבי'ן און אויב די רבי וועט בלייבן פאר'עקשנ'ט קענסלט ער די אכסניה אוין וו"ב און וועט נישט עפענען ראוז קעסיל אויף שבת.
פארשטייט זיך אז די גבאים האבן "געציטערט אין די הויזן" ראצענבערג האט נישט מצליח געווען צו באקומען א הסכמה פון רבין מוותר צו זיין אויפן פראטעסט טראץ אלע סטראשעריי, צום סוף איז ראצענבערג ארויס מיט ליידיגע הענט. אין געזאגט פאר די גבאים אז דאס איז דאס "זאל ער זיך גיין צו די זאליס", די גבאים האבן זיך אנגעהויבן בעטן ברחמים אז די רבי וועט בלייבן ללעג ולקלס אבער זייערע בקשות זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, ראצענבערג האט תיכף אנגערופן דעם באקאנטן שמעלקא בדחן און מוח וואשער שמאול ווידער פון דער בלאט וועלכע האט נישט דיסיפוינטעד ער איז אויפגעקומען מיט א גאלדענער המצאה, ראצענבערג איז צוריק אריינגעלאפן צום רבין און אים איבערגעגעבן די בשורה אז די פראטעסט איז געקענסלט צוליב דעם וואס די זאליס האבן די לעצטע מינוט נישט געקענט באקומען די געפארדערטע פערמיט'ס...
דער תולדות אברהם יצחק רבי האט מחליט געווען צו מאכן זיכער אז די מעשה איז אמת האט ער אריינגערופן 2 גבאים אין זיי געפרעגט, די גבאים זענען געווען פארלוירן נישט וויסענדיג וואס צו ענטפערן האבן זיי געזאגט אז זיי גייען מברר זיין.
זיי זענען ארויסגעקומען פון צימער און ראצענבערג האט זיי קלאר געמאכט אז עס גייט נישט זיין קיין מאנקי ביזנעס, "אויב ער גייט זאל ער גיין אלל דע וועי און בלייבן דארט"... די גבאים האבן איבערגעפרעגט וואס דאס מיינט אלל דע וועי און ראצענבערג האט זיי מסביר געווען ברחל בתך הקטנה, די גבאים זענען צוריק אריין צום רבין און איבערגעגעבן אז די מעשה איז אמת...
יעצט בלייב נאר איבער פאר די אהרוינים זיך צו לאזן קאסטן פאר ר' שמואל יעקב ווייל ער גליטשט זיך שוין כמעט ארויס פון זייערע הענט.
 |
|
|