בית פורומים אידישע געדאנק

רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2010 22:27 לינק ישיר 
רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט

אלפים ורבבות מישראל פון אלע שיכטן און קרייזן גרייטן זיך אין די טעג צו פייערען דעם  66'טן יום הצלה והשחרור פון מרן רביהקוה"ט רשכבה"ג בעל "ויואל משה" מסאטמאר זי"ע ועכי"א ביום כ"א כסליו הבעל"ט וואס איז באקאנט אין די אידישע וועלט אלץ דער יום טוב פונעם חרדיש'ן אידנטום וואו אידן פון אומעטום קומען זיך צוזאם אין אזא געהויבענעם טאג אפצוגעבן א שבח והודאה פארן בוכ"ע על רוב רחמיו וחסדיו, און אין דעם פינסטערע גלות אונז איבערגעלאזט אזא צדיק אמת און מנהיג ישראל אמיתי, וואס האט מיט גרויס סיעתא דשמיא מחזיר געווען עטרה ליושנה און איבערגעפלאנצט אידישקייט אינעם וויסטן אמעריקע, און אפגעראטעוועט דעם דור פון די בייזע ווינטן פון מינות וכפירות וואס עד היום הזה ברענט נאך דעם הייליגן ניצוץ וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט אנגעצינדן באש קודש און פלאקערט נאך צווישן רבבות תלמידיו וחסידיו און אין אלע ערליכע אידן וואס גייען אינעם אויסגעטרעטענעם וועג ובשיטתו הבהירה וואס דער רבי זי"ע האט כסדר געלערנט און געחזרט.
 
אין אלע אידישע צענטערן, איבער די גארער וועלט, וועט אפגעהאלטן ווערן מסיבות און כינוסים לרגל יום ההצלה וואו דער עלטערער דור וועט פארציילן און איבער געבן פארן יונגערער דור די הייליגע יסודות וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט און איבערגעלאזט אלס א ירושה לנו ולבנינו עד עולם.

באזונדער אין ניו יארק, וואו עס וואוינען דער גרעסער ציבור תלמידיו וחסידיו, און איז געווען איתן מושבו פון רבינו הקדוש זיע"א גרייטן זיך די צענדליגער טויזנטער סאטמארער חסידים צו פראווען דעם צענטראלער סעודת הודאה רבתי במקהלות רבבות עמך בית ישראל בראשות הרבנים הגאוה"צ רבני ודייני קהלתינו הק' שליט"א ועל צבאם נשיא אלוקים בתוכינו עט"ר כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ממשיך השלשלת הקודש בגאון ובעוז עד ביאת הגואל.

ווי יאר יערליך וועט דער סעודת הודאה פארקומען אינאיינעם מיטן דינער השנתי פאר די מעכטיגע תורה פעסטונג די מוסדות הקדושים אין וויליאמסבורג "תלמוד תורה ובית רחל תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר", ווי עס ווערן היינט צוטאגס נתחנך די אומגלויבליכע ציפער פון 8000 תלמידים ותלמידות כ"י, וואס איז כהיום די גרעסטע חסידישע מוסדות אין דער וועלט בלע"ה. און איז נתייסד געווארן במסירת נפש ממש דורך רביה"ק והטהור בעל הנס זיע"א וועלעכע האט אראפ געשטעלט די הייליגע יסודות פעלזן פעסט ע"פ דרך המסורה מאבותינו ורבותינו הק' נבג"מ און לאחר פטירתו איז עס ווייטער געפירט געווארן אויפן זעלבן וועג בלי שום שינוי דורך ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע"א במשך ז"ך שנים כולן שווים לטובה, און אונטער זיין הייליגע הנהגה איז די מוסדות הק' פילפאכיג פארגרעסערט געווארן און אויסגעברייטערט געווארן ביתר שאת וביתר עז. און דער רבי זצוק"ל אלס שומר משמרת הקודש האט געטריי אפגעהיטן דעם הייליגען פקדון לבל ישלטו זרים און ווייטער געפירט די עדה הקדושה אויפן אויסגעטרעטענעם וועג אויפן דרך פון רביה"ק מרן בעל "ויואל משה" זי""ע, און בהאי יומא דקגרים אין טאג פון כ"א כסליו האט דער רבי זצוק"ל איינגעפירט עס זאל פארבלייבן לדורות  און ווייטער פראווען די סעודת הודאה רבתי און עס פלעגט טאקע דינען אלץ כינוס הכללי ווי רבבות תלמידים וחסידים פלעגן זיך צוזאם קומען תחת קורת גג אחד לחזור ולשנן תורת אמת אין שפיץ פונעם מנהיג ישראל מרן רבינו הגה"ק זיעועכ"י ובמקהלות רבבות אלפי ישראל פלעגט דער רבי זצוק"ל זיע"א משמיע זיין דברות קודש במשנתו הבהירה פונעם גרויסן בעל הנס מרן דודו הק' וברגשי הלב ובשבח והודאה להקב"ה ארויסגעברענגט די חסדים גלוים מן השמים אז מען האט אונז איבערגעלאזט אזא צדיק אמת בזמן הזה וואס האט מחזיר געווען עטרה ליושנה אינעם גלות אמעריקע און דערביי געפאדערט פונעם ציבור תלמידים וחסידים צו שטיצן דעם רבין'ס הייליגע מוסדות ברוח נדיבה און ארומגערעדט איבערן גרויסן זכות פון החזקת התורה ( די דרשות ודב"ק זענען געדריקט אין ספר "אך טו"ב לישראל" שיצ"ל ע"י הנהלת המוסדות צום דינער תשס"ז העעל"ט). און כהיום לאחר הסתלקותו לשמי מעל, ווערט עס ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורך בנו וממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער רועה נאמן פון די רבבות ישראל פון איבער די גארער וועלט וואס פאררופען זיך אונטערן נאמען "סאטמאר" ותחת דגלו והדרכתו ווערן נתגדל און נתחנך דער פרישער לגיון של מלך וואס ציילט זיך אין די צענדליגער טויזנטער תשב"ר בליע"ה אינערהאלב די ממלכת התורה ויראה האדירה "סאטמאר" פון איבער די גארער וועלט און אין דער קורצער תקופה מאז עלותו על כס הרבנות האט דער רבי שליט"א מיט גרויס סיעתא דשמיא זוכה געווען מרחיב צו זיין גבולי הקדושה אויף א זעלטן גרויסע פארנעם און אויפהייבן די כבוד פון סאטמאר לתפארת  רבותיה"ק נבג"מ זיעועכי"א ווי דער רבי שליט"א איז עס כסדר תולה בזכות אבותיו הק' זי"ע. 

אין די טעג גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות און די אפיסעס פון מוסדותינו הק' ווי הונדערטער עסקנים זענען איינגעשפאנט אויסצוארבעטן אלע דעטאלען צוצוגרייטן דעם גיגאנטישן ריזן בנין פון "וועסטערן פלאזא" צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס זענען ערווארטעט מיט צוהאלטן דעם מעמד רבתי, צוליב די אומערווארטעטע געדרענג פארגאנגענעם יאר וועט היי יאר דער ריזן זאל פילפאכיג פארגרעסערט ווערן דורכ'ן אריין נעמן אלע זייטיגע זאלן און וועט זיין אויסגעשטעלט אויף א גרעסערע פארנעם און דער ריזן זאל וועט אנהאלטן העכער 50,000  סקווער פיס אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן  דעם געהויבענעם מעמד, באזונדער קוקן אנ"ש ארויס אויפן הויעך פונקט פונעם נאכט וואס וועט זיין ווי יאר יערליך אויף די דברי אלוקים חיים דער צענטראלע דרשה ודברות קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער נשיא המוסדות הק' וואס וועט ארום רעדן בגודל קדושת היום ובדבר קדושת החינוך און חזרן די ריינע השקפה און מעורר זיין אויף די וויכטיגע ענינים הצריכין תיקון און בגודל החיוב פון לערנען די הייליגע ספרים פון רבינו הקדוש זי"ע לדעת את הדרך אשר ילכו בה .

מער פרטים וועט נאכפאלגן אין די נאנטע טעג

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו



תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 09/11/2010 22:32:59




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 02:58 לינק ישיר 
נישטא ווער זאל לאכן....

פישער_גאבע כתב:
, צוליב די אומערווארטעטע געדרענג פארגאנגענעם יאר וועט היי יאר דער ריזן זאל פילפאכיג פארגרעסערט ווערן דורכ'ן אריין נעמן אלע זייטיגע זאלן און וועט זיין אויסגעשטעלט אויף א גרעסערע פארנעם און דער ריזן זאל וועט אנהאלטן העכער 50,000  סקווער פיס אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן  דעם געהויבענעם מעמד, באזונדער קוקן אנ"ש ארויס אויפן הויעך פונקט פונעם נאכט וואס וועט זיין ווי יאר יערליך אויף די דברי אלוקים חיים דער צענטראלע דרשה ודברות קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דער נשיא המוסדות הק' וואס וועט ארום רעדן בגודל קדושת היום ובדבר קדושת החינוך און חזרן די ריינע השקפה און מעורר זיין אויף די וויכטיגע ענינים הצריכין תיקון און בגודל החיוב פון לערנען די הייליגע ספרים פון רבינו הקדוש זי"ע לדעת את הדרך אשר ילכו בה .

מער פרטים וועט נאכפאלגן אין די נאנטע טעג

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו



תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 09/11/2010 22:32:59

זאג, קענסט מיר צאםשטעלן א ליסט פון די אידן וועלכע 'קוקן אזוי ארויס אויף די הויך פונקט ווען דער שטריק וועט זיך שטעל טאן זאגן זיינע 'ריינע השקפה... קדושת החינוך....'....... על אוי על. נאר אגב, ווי שטימט דאס אז די לעצטע צען יאר האט עטץ שוין 'אכט טויזענט תלמידים ותלמידות'...? ווי זענען אהינגעקומען די מיליונען קווינס תלמידים מיט די אריבער טריליאן נייע תלמידים און תלמידות וואס עטץ האטץ אזוי געפייערט אנפאנג זמן?...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2010 03:36 לינק ישיר 

באנדעלע איך וועל פראבירן דא מיט איין קורצע תגובה אסאך גרינגער צומאכן דיין לעבן.

ער האט נישט קיין גאנצע 10 מענטשן, ער האט אפשר 47 קינדער אין די מוסדות ער איז א עם הארץ וואס קען נישט נאכזאגן א פסוק אויסגעשפילט פון קאפ ביז פיס אין ישיבה האט ער 9 בחורים ער קען נישט קיין השקפה סתם א שטריק!

יעצט האף איך דיר מער נישט צו זען אים דעם אשכול ווארום איך האב שוין געזאגט אלס וואס די קענס נאך זאגן, צלח ורכב און מיר וועלן דא האבן א געמיטליכע שמועס מיט פריינדליך און היראים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 04:59 לינק ישיר 
במקהלות רבבות עמך ישראל ובהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, רבבות חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים הערן זיך צו ביי די פייערדיגע דרשה ודב"ק דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א כ"א כסליו תש"ע אין וועסטערן פלאזא






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 05:53 לינק ישיר 

איך האף אויף דעם יאר וועט מען טאקע אנגרייטן מער פלאץ, עס איז געווען אומדערטרעגליך פאריאר, זעהטס טאקע אויפן בילד ווי מען שטייט ארום און ארום ביז אונדרויסן פונעם טיהר.
בדררך אגב דאס איז נאר ווען די רבי שליט"א האט גערעדט, משא"כ ביי די געהויבענע ריקודין ווען מען האט שוין געהאט ארויסגענומען אלע טישן און בענק איז דער זאל ממש ווי איינגעשרינקן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 18:04 לינק ישיר 

מען דארף טאקע זעהן צו טון דערוועגן, עס איז געוועהן ממש אויט אף קאנטראלל פאראיאר, איך בין אנגעקומען צום דינער אין עס האט מיר גענומען איבער פיפצן מינוט אנציקומען אינעווייניג, איך האף אז דאס יאר וועט זיין מען פלאץ.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2010 18:11 לינק ישיר 

גם אנכי מצטרף, ווער עס האט א ווארט ביי די הנהלת הישיבה זאל זעהן עס זאל אנקומען, מען ברויך צושטעלן גענוג פלאץ, יעדעס יאר די זעלבע מעשה, פארן דינער זאגט מען צו אז מען האט אנגעגרייט איבער גענוג פלאץ, נאכן דינער קומט אן אנטשולדיגונג אז מען איז נישט געוועהן גערישט אויף אזא גרויסן עולם. 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/11/2010 01:55 לינק ישיר 
2009

* width="560" height="340"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 01:55 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 05:01 לינק ישיר 

ווי איז מיין תגובה? פארוואס באנדעלע יא אין מיינס נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2010 17:59 לינק ישיר 

Incredibly impressing


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2010 20:25 לינק ישיר 

וואס איז באקאנט אין די אידישע וועלט אלץ דער יום טוב פונעם חרדיש'ן אידנטום

???????

_________________

http://theantitzemach.blogspot.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/11/2010 20:26 לינק ישיר 

י"ט כסלו! ביי די וואס ענדלען... ווי אזוי האט יענער געזאגט?
Chabad is a very simular Religion

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 21:00 לינק ישיר 

הנהלת הישיבה מאכט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען איינצורישען גיגאנטישן וועסטערען פלאזא געביידעס צו אנטפאנגען רבבות ישראל מוצשב"ק כ"א כסליו הבעל"ט
 
אין די יעצטיגע טעג וואס זענען נאך פארבליבן צום יום הגדול כ"א כסליו הבעל"ט גייען אהן די לעצטע הכנות וואס ווערן געמאכט דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין שפיץ פון די עסקני המוסדות צו פארזיכערן די מאקסימום סוקסעס אין אלע הינזיכטען און אזוי צו פארזיכערן א הונדערט פראצענטיגע הצלחה און אויפטרייבען די מאקסימום נדבות פון אנשי שלומינו לטובת החזקת מוסדותינו הקדושים,
 
באזונדער לייגט מען אריין גאר גרויסע כוחות אהערצושטעלן דעם גיגאנטישען 50 טויזנט סקווער פיסיגער בנין פון וועסטערען פלאזא, ווי עס וועט געפראוועט ווערן דעם סעודת הודאה רבתי וכינוס הכללי של רבבות אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר בהשתתפות גדולי ומאורי דורינו ובראשם שרי התורה מרנן ורבנן הגאוה"צ חברי הבית דין צדק דקהלתינו הקדושה שליט"א ועל צבאם כ"ק הראב"ד דק"ק שליט"א אין שפיץ פונעם מנהיג העדה קדושה נשיא אלוקים בתוכינו אבינו רועינו כ"ק מרן אדמו"ר עטרת ראשינו שליט"א ה' יאריך ימים על ממלכתו עד ביאת הגואל,
 
דער וועסטערן געביידע וועט אויסגעשטעלט ווערן אויף א גאר מייסטערהאפטיגען פארנעם צו אקאמאדירן די רבבות חסידים ואנשי מעשה, הן מיטן צולייגן פרישע טויזנטער זיץ פלעצער מער ווי די פארגאנגענע יארן און סיי מיטן אהערשטעלן א פראכטפולער נייעם אויסשטעל אינעם גאנצען זאל אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן, לענגאויס פני המזרח וועט זיך ציען א פראכטפולער 3 שטאקיגער אויבן אהן פאר די גדולי האדמורי"ם ורבנים וראשי הישיבות ודייני הקהלות פון איבער גרעיטער ניו יארק ומלכינו בראשינו אין צענטער וועט זיין א ספעציעלער העכערע פלאטפארמע פאר עטרת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אזוי אז יעדער זאל קענען זעהן און מיטהאלטן דעם גאנצען מעמד, אינעם גאנצער חלל פונעם זאל וועט זיין אויסגעשטעלט די פילע טויזנטער זיץ פלעצער איינגעטיילט מיט באזונדערע אפטיילונגען פאר די זקני וחשובי העדה און פאר די בעה"ב און באזונדערע סעקשאנס פאר די אברכים לויט די יארגאנג, לענגאויס ארום די 3 זייטן פון זאל וועט זיין אויפגעשטעט ספעציעל-געבויטע 8 שטאקיגע פלאטפארמעס (סטעידזשעס) ווי עס וועט זיין פלאצירט כשתילי זתים סביב דער לגיון של מלך די אלפי תלמידי ישיבתינו הקדושות פון איבער ניו יארק וואס וועלן זיין באזעצט איש על מחנהו ואיש על דגלו באזונדער לויט די צענדליגער אפטיילונגען, אזוי אויך וועט זיין א באזונדערע סעקשאן אויף די פלאטפארמעס פאר די העכער טויזנט אברכי הכוללים פון איבער ניו יארק, ביי אלע הויפט אריינגאנגס וועלן זיין אויפגעשטעלט די דינער טישלעך ווי די הונדערטער עסקנים וועלן זיצן און אפנעמן דינער געלט פונעם ציבור,
 
עס איז טאקע צו האפן אז נאכען אריין לייגן אזויפיל כוחות וועט שוין האפענטליך נישט זיין די יערליכע פראבלעם פון די אומגעהויערע געדרענג נאכען אהערשטעלן פרישע טויזנטער זיצן.
 
מער דעטאלן איבער גאר רייכען סדר המעמד און פון די דרשנים ואורחי הכבוד'ס וועט נאכפאלגען אין די נאנטע טעג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 22:05 לינק ישיר 

איך בין זייער נייגעריג וועם די הנהלת הישיבה וועט היי יאר ברענגן פאר אורח הכבוד, די פארגאנגענע פאר יאר איז געווען מורא'דיג אינטערעסאנט און אינהאלטסרייכפול די רעדנערס איך געדענק דער עולם איז געזיצן געשפאנט א גאנצע צייט, לאמיר זעהן וועם זיי וועלן די יאר ברענגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 22:50 לינק ישיר 

נעכטן איז פארגעקומען א אינהאלטסרייכפולער מלוה מלכה און אסיפת עסקנים צום בעפארשטייענדן דינער.

עס איז אפגעהאלטן געווארן א גאר אינטערעסאנטער פאנעל, די אנפרעגער זענען געווען הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו - יו"ר וועד הפועל פון די מוסדות, און העסקן הנמרץ ר' אייזיק דאסקאל. די אנגעפרעגטע זענען געווען הרה"ג ר' שלמה יעקב געלבמאן, הרה"ח ר' וואלף שטארק - וועד החינוך, ר' חיים יצחק מאנדל - אדמיניסטראטאר, ר' ישראל וואלף טייטלבוים - טרענספאטעישאן, און א מלמד הרב מיכלאוויטש.

איך האף אז דאס איז נאר געווען א פריוויא צום דינער, דער עולם וועט, לדעתי, זייער גלייכן דעם געדאנק.


תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 21/11/2010 23:24:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבבות ישראל גרייטן זיך צום יום הצלה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext