בשבוע הבא יתחיל מלחמת 'ששת הימים' הסטמורי, המלחמה יתחיל ביום שלישי מבעוד יום, ויגמור בליל יום א בשבוע שאחר כך. בליל ג' יהיה חתונה בלי רשות, ואח"כ בליל ה' ואח"כ בליל א. ג' חתונות בתוך 6 ימים.
הבחורים כבר הבטיחו שיהיה מלחמה של ממש במשך כל ששת הימים.
ברצוני להודות ל'מאטיס' קאר סערוויס שאינו מפחד מטעראר של הבני יואל
תוקן על ידי רעב_סאשא ב- 12/11/2010 09:16:28
נשלח ב-12/11/2010 20:39
מ'האלט שוין 3-4 טעג נאכן פארגאנגענעם חתונה און דערווייל זיצן די אהרוינים איינגעמאכט אין זייערע לעכער, איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין א מלחמה, אויב יא קען מען דאס טאקע רופן "מלחמת ששת הימים", ס'איז באמת א געוואלדיגער הצלחה פאר אזא קהלה ווי בני יואל 3 חתונות אין ווייניגער ווי א וואך.
זענען די אהרוינים באמת דום און מיינען אז זיי קענען זיך שלאגן קעגן אזא קהלה? ימים ידברו.
סקאטמאלען וואס איז דיין אויסקוק אויף דעם?
תוקן על ידי נפל ב- 12/11/2010 20:41:13
נשלח ב-12/11/2010 21:24
נפל דו רעדסט כאילו עס איז דארט דא 3 חתונות יעדע וואך. און דו לערנסט שוין ארויס אז זיי זענען א מעכטיגע קהילה ווייל זיי האבן אין איין וואך 3 חתונות... די זאל איז שוין אפן פאר 12 חדשים און מען האלט ביי 13-14 חתונות. וואס קומט אויס איין חתונה אין בערך 3 1/2 וואכן... יעצט זאג מיר ווי "מעכטיג" די קהילה איז און דרך אגב נישט מוחה זיין הייסט נישט זיצן באגראבן אין די לעכער. עס איז אזויווי זאלסט זאגן אז די יודישע וועלט איז געזיצן "באגראבן אין זייערע לעכער" ווען די ציונים האבן געגראבן. ווייל מען האט נישט פראטעסטירט יעדן טאג...
נשלח ב-12/11/2010 22:01
פריינדליך! איך וויל דיר דערמאנען אז די וואך איז געבוירן געווארן דאס ערשטע קינד וואס איז געבוירן געווארן צו די חתן כלה וואס האבן געפראוועט די ערשטע חתונה פונם זאל, דאס איז 9 חדשים צוריק! געבזשע מיר נאך 3 חדשים און דערנאך ווען מען מאכן דיינע קינדישע חשבונות.
סארי. 14 חתונות אין 10 חדשים (י"ב שבט תש"ע איז געווען הירשס חתונה)
נשלח ב-12/11/2010 22:20
ערלעדיגט, גיימיר טוישן נוסח
אויסגעשפילטע יחודים וואס רופן זיך בני יואל און שפילן קהלה... וואס מאכן טראץ געוואלדיגע לחץ, טערער, שפיכת דמים, פאשקעווילן, פאני קאלס בייטאג און ביינאכט, הוצאות שם רע אויף די זיידע'ס באבעס שוועסטער ברודער וכו', טראץ דעם אלעם האבן די אויסגעשפילטע חתונה געמאכט על אפם וחמתם פון זייערע אינטערדריקער "יעדע וואך" איין חתונה.
די זעלבע אויסגשפילטע וואס זענען מצליח נאר איין חתונה א וואך גייען קומענדיגע וואך האבן 3 חתונות אין איין וואך!
עס בלייבט נאר איבער מודה צו זיין אז די אהרוינים האבן געוואונען און ר' אהרן איז יא מרא דאתרא אין קרית יואל...
נשלח ב-12/11/2010 23:07
אויב קענסטו רעכענען איז 14 חתונות אין 10 חדשים איין חתונה אין 3 וואכן...
נשלח ב-14/11/2010 04:37
זייער פשוט, רעכן אראפ 2 חדשים פון פאר פסח ביז שבועות, רעכן אראפ די ימי בין המצרים, רעכן אראפ די ימים טובים תשרי, רעכן אראפ פון כ"ג ביזן סוף חודש פון יעדן חודש וועט דיר אויסקומען בערך א חתונה יעדע וואך.