| נשלח ב-17/11/2010 21:59 |
|
| |
געלעכטער: ר' אהרן פארט אויף א כ"א כסליו טריפ...
נאך די נאכאנאנדע דורכפעלער ביי די אהרונים, אנגעהויבן מיט די סידור קידושין, סאוט אכט שול, לאנדאן נסיעה און נאך. האבן די אהרונים באשלאסן אז מ'גייט אויפלעבן די פארטיי בעבי'ס מיט אביסל ארוינענאל און פארן אויף א טריפ צו כ"א כסליו פארטי.
דער פיאניר פון די איידיע איז געווען ארי' לייב גלאנץ, ווען ער האט אראנדזשירט שיפן צום כ"א כסליו דינער אין דשאוויץ סענטער בשעתו. און היי יאר גייט מען דאס איבערמאכן לחזק לבם פון די צובראכענע אהרונים.
גרויסע ארדערס לאלי'ס און קענדי'ס, סופער סנעק'ס און ליקעריש, זענען שוין באשטעלט געווארן. יעצט זיכט מען נאך א ספרינטער שיפל פאר דעם סבלן וקדוש, ער זאל ח"ו נישט דארפן מבטל תורה זיין אפילו פאר א רגע.
ווי דער סדר איז ווען א קינד איז וואויל, טראגט מען אים אויף א טריפ, די קארפן קעפ האבן באשלאסן אז די אהרונים זענען געווען זייער וואויל דאס יאר, זיי האבן געגלייבט אז סאוט אכט שול איז זייערס, די זאליס גייען אין בג"ץ און ביי די חתונות אין נייעם זאל איז נישטא מער ווי א מוזיק בענד מיט קנאפע צאל בני משפחה, ווארום רוב פון די משפחה באטייליגט זיך נישט, וכהנה עוד. דעריבער קומט זיך זיי ערליך דעם טריפ...
תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 17/11/2010 22:06:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2010 22:17 |
|
| |
די דעפרעסטע אהרוינים זעען זיך ארום יאר איין יאר אויס ווי זייער כ"א כסלו ווערט מער און מער איינגעשרימפן, און ביי די זאליס וואקסט ב"ה דער ציבור פון יאר צו יאר.
פארגעסט נישט, זיי האבן דעם "צוויי וואכענדיג" - די גרעסטע בית המדרש אויפן כדור הארץ, וואס א גאנץ יאר איז עס א סטארעדזש, ווערהויז און נעילת החג פיקטשער טיש - אבער זיי זענען דאך נישט העפי.
די זאלוינים זיכן יעדעס יאר א גרעסערע פלאץ פון די פארגאנגענע יאר , מוזן זיי אויך עפעס טראגן די קינדער (דעם 60'יעריגן בעבי הנקרא ר"א), מיט אלע ילדים, אז זיי זאלן זיין העפי.
איז געשאפן געווארן א פלאן פון ארי לייב גלאנץ, אמסטערדאמער און הגה"ק הפיקטשער רעבע, אז מ'גייט ערגעץ אוועקפארן אויף כ"א כסלואין א קלענערע שטח און מ'וועט פארקויפן פארן עולם אז ס'איז גרעסער !
וואו, דאס איז נאך א גרויסער סוד, אבער מ'רעדט פון א זאל פון בערך א מיליאן א האלב סקווער פיס, און מ'וועט טראגן דעם עולם מיט א פערי שיף, און ס'וועט זיין פרייליך.
דער פיקטשער רעבע אליינס איז אראפגעפארן (צווישן דעם טריפ פון אריזאנע און דעם טריפ צו טעקסעס און אינטערוועגנס ניו העמפשער) באטראכטן די פלעצער, און נאכן אויסמעסטן און זיך דארעכשמיסן מיט די פאפעראצי און אלע פיקטשער מאכער, וועלכע פיקטשערס וועלן זיין בעסער און קנאקעדיגער אין וועלכע זאל, וועט ער באשליסן (!)
הדה היא דכתיב: ער בטל'ט נישט קיין צייט !
פרטים יבואו
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 02:11 |
|
| |
לאכט א גוטס! דאס שרייבט איינע פון די קרית יואל'ע ''ערוואקסענע-ערשטע-עידזש-בחורים'' 
* * *
איין פראבלעם איז נאר דא, אז וויבאלד די ארונים גייען מאכען זייער דינער אין א ריזיגער פלאץ לעבן וואסער אין זיי וועלן פארן מיט שיפן וועלן דאך די תינוקת אויסגיין פאר קנאה
* * *
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 18/11/2010 02:16:56
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 03:11 |
|
| |
איך וויל וויסן אויב דו פארשטייסט אז מען קען נעמען דעם גאנצן אשכול און עס שרייבן אויף די זאליס נאך מיט א שמוץ אריבער? אבער מיר זענען נאר ביזי מיט זיך...
_________________
|
|
|
|
|