ווי שוין באריכטעט דא אויפן פורום האבן די אהרוינים אנגעהויבן א נייע אגרעסיווע מהלך פון פארקויפן זייערע שוואכע טעקסעס פלייש. זייער פראבלעם גייט אסאך ווייטער ווי דאס אז חוץ אהרוינים וויל קיינער נישט עסן פון א שחיטה וואס איז געגרינדעט פאר פאליטישע אינטערעסע. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז הונדערטער אהרוינים רירן נישט אן די אייגענע טעקסעס פלייש צוליב דעם וואס עס איז זייער הארט און טריקן, די פארמער אין טעקסעס זענען מגדל די בהמות אויף א אנדערע סיסטעם ווי אין שעקאגאוי און דאס דערקענט זיך שטארק אויף די קוואליטעיט פון די פלייש. קעטערערס און רעסטאראנטן ווילן דאס נישט אנקוקן און הונדערטער אהרוינים קויפן נאך עד היום פלייש אין גראסעריס אנגעהויבן פון רובאשקין און גענדיגט ביי מיעל מארט.
לעצטנס האט מיעל מארט נישט געוואלט באנייען דעם קאנטראקט אין טעקסעס מיט די אהרוינים אויף די אלטע סיסטעם פון באקומען א פראצענט, זיי פאדערן א אפצאל פאר יעדע שעה וואס די אהרוינם ניצן זיין פלענט. די אהרוינים זענען געווארן זייער אגרעסיוו און פראבירן צו שטיפן ווי מער פלייש און דערמיט איבערצייגן מיעל מארט אז די סעילס הייבן זיך.
אלס איינע פון די אגרעסיווע שריט האט די וועד הכשרות פון די אהרוינים אין מאנרא ארויסגעגעבן א געזעץ אז אלע רעסטאראנטן אין ק"י וואס געפינען זיך אינטער זייער השגחה (זיי האבן נאר רעסטאראנטן אין ק"י, אין אנדערע שטעט ווייסט מען בכלל נישט אז אזא וועד הכשרות עגזעסטירט, בערך אזוי ווי די טאהש'ע וועד הכשרות) מעגן פארקויפן אויסדריקליך נאר טעקסעס פלייש!
די תוצאות האבן זיך אנגעהויבן תיכף דערקענען ווען די פאפיולערסטע רעסטאראנט אין קרית יואל האט פארשטאנען אז מיטן ניצן דווקא טעקסעס פלייש קען נער פארמאכן זיין געשעפט האט ער ארפאגעווארפן די השגחה פון די אהרוינים נישט וועלנדיג זיין געבינדן צו נאר אהרוינישע טעקסעס פלייש האט איינגעמאלדן פאר ר' ברוך טייטלבוים דער אהרוינישער בעל מכשיר אז ער ברויך נישט זיין השגחה ווייל ער האט זיך איינגעהאנדלט די השגחה פון קהל יטב לב וואס שטייט אינטרן בד"ץ קיט"ל בראשות כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א ביי וועלכע כשרות איז די איינציגסטע אינטערעסע אן ביזנעס חשבונות.
פארשטייט זיך אז די אהרוינים וועלן אלס כעס אנהייבן א פרישע מערכה און שמוץ קאמפיין (אזוי ווי נאר זיי קענען) קעגן דעם בעל הבית און קעגן חסידי סאטמאר בכלל.
זייער פראבלעם גייט אסאך ווייטער ווי דאס אז חוץ אהרוינים וויל קיינער נישט עסן פון א שחיטה וואס איז געגרינדעט פאר פאליטישע אינטערעסע.
כ'האב געוויסט די ארונים פארשטייען צו פאליטיק
א שאד די זאליס פארשטייען נישט ווען יא וואלטן זיי שוין געהאט 10 בית השחיטות
עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז הונדערטער אהרוינים רירן נישט אן די אייגענע טעקסעס פלייש צוליב דעם וואס עס איז זייער הארט און טריקן,
יעצט רעדטסטו שוין צו די זאך,
מן הסתם ניצטו די פלייש, צו וויסען אז ס'איז הארט אין טרוקן...
נאר ציליב עפעס מאדנע סיבות איז דא א מאנגעל אין טעקסאס פלייש
(גיי אריין צו עני סאטמערע בושטער זיך צו איבערצייגען ספעציעל פאר די יו''ט)
די פארמער אין טעקסעס זענען מגדל די בהמות אויף א אנדערע סיסטעם ווי אין שעקאגאוי און דאס דערקענט זיך שטארק אויף די קוואליטעיט פון די פלייש.
אה, ס'קומט מיט א הסבר,
מן הסתם זענען די פארמער פין טשיקאגוי קליגער פין די טעקסאס פארמערס
אין די ארונים מוזן נעבעך נעמען פין נערישע פארמערס..
אלס איינע פון די אגרעסיווע שריט האט די וועד הכשרות פון די אהרוינים אין מאנרא ארויסגעגעבן א געזעץ אז אלע רעסטאראנטן אין ק"י וואס געפינען זיך אינטער זייער השגחה
פארגעסן צוצלייגען: ווי דא בארכיטעד
אינטערסאנט איך געדענק נאך ווען התאחדות האט פארלאנגט פין זייערע זאלען אז זיי מעגן נאר נוצן התאחדות פלייש, אין ווען נישט אז געוויסע קעיטררס האבען געזאגט אז זיי גייען נעמען אנדערע הכשרים וואלטען זיי עס אינפארסירט
אין ביי אנדערע פראדוקטען פארלאנגען זיי עס פארשטענדליך עד היום הזה
פינקט ווי יעדע בעל מכשיר פארלאנגט
ספעציעל ווען אויף די מיעל מארט פלייש איז דא אזוויפיל עוררים, צווישען די דיינים אין רבנים, ווי הרב לאנדא פין ב''ב, הרב לייכטאג פין סאטמאר כו'
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2010 23:11:10
נשלח ב-19/11/2010 00:04
דער רביאנקל איז נעבעך אזוי נאאיוו אז ס'לייגט זיך אים נישט אויפן שכל אז די וועטער אין טעקסעס און אין שעקאגוי זענען משפיע אויף די פלייש... לדעתו זענען די אריזאנע ווייץ אקוראט דאס זעלבע ווי לאנג איילענד אויך.
סך הכל מאכן די אהרוינים דעם זעלבן טעות, הן אין די ווייץ, הן אין די עופות און הן אין די רינדערן. זיי זיכן אויס אין גאנץ אמעריקע ווי מען קען באקומען דאס ביליגסטע, זיי פארקויפן פאר די זעלבע פרייז ווי אנדערע און אמאל אויך ביליגער און זיי מאכן נאך אלס מער גלעט. איי די סחורה איז ביליגער ווייל ס'איז א שוואכערע קוואליטעיט?! פארוואס זאלן מענטשן דאס קויפן? מ'עט אויפשטעלן דעם פי האתון און ער וועט אינטערייסן יעדעם איינעם און נאר זיינס איז די שענסטע בעסטע און דער יאנקל קויפט דאס פאר גוט געלט און קייט דאס נאך איבער ברבים.
זאג נאר רביאנקל, אין עכטע לעבן רעדסטו אויך אזוי נאריש אדער נאר אינטער א הייד פארק ניק?
נשלח ב-19/11/2010 00:10
יא איך געדענק אויך ווען ענק האבען נעבעך געשריגן די זעלבע טיפשות ביי צומות הגידין אז קרית יואל זיכט די ביליגסטע די זעלבע איז געווען ביי צומות הגידין, מ'האט אויפגענומען 10 בודקים צו בודק זיין יעדע עוף אין עטס האטס געשריגן אז נאר ק''י האט די פראבלעם ווייל זיי ניצן ביליגע טשיקען'ס נו, פארוואס האט קרית יואל נישט געקענט פארשיקען די 10 בודקים אין נעמען פין די טייערע פארעמס לשיתכם ענקער עולם איז אזוי משוגע? מ'קען זיי איינרעדן אזעלכע טיפשות?
_________________
נשלח ב-19/11/2010 00:12
יא זיי האבן אינז נישט אויסגעשפילט אן אנגעהויבן צי יענעם אראפצירייסן
נשלח ב-19/11/2010 00:32
rebyankel כתב:
יא איך געדענק אויך ווען ענק האבען נעבעך געשריגן די זעלבע טיפשות ביי צומות הגידין אז קרית יואל זיכט די ביליגסטע די זעלבע איז געווען ביי צומות הגידין, מ'האט אויפגענומען 10 בודקים צו בודק זיין יעדע עוף אין עטס האטס געשריגן אז נאר ק''י האט די פראבלעם ווייל זיי ניצן ביליגע טשיקען'ס נו, פארוואס האט קרית יואל נישט געקענט פארשיקען די 10 בודקים אין נעמען פין די טייערע פארעמס לשיתכם ענקער עולם איז אזוי משוגע? מ'קען זיי איינרעדן אזעלכע טיפשות?
_________________
ווייל נאכדעם וואס די גאס האט ענק געכאפט ביי די מעשה האט ענק שוין נישט געפאסט. בכגון דא נאמר "א פוילער ארבעט דאפלט און א קארגער צאלט טייער".
נשלח ב-19/11/2010 00:40
דער אקס, די צעטל איז א יונה פאבריקאציע, איך זאג דאס פאר 3 סיבות. איינס: ברוך טייטלבוים איז נישט אזוי צורידערט. צוויי: ער האט שוין אמאל ארויסגעגעבן א צעטל אז א צעטל פונם אהרוינישען וועד הכשרות אן זיין חתימה איז גארנישט ווערד (בשעת די עקשטיין הירש כשרות קאנטראל מחלוקה). דריטנס: זאג מיר איין סיבה פארוואס יונה זאל נישט פארבערצירן אזא צעטל...
נשלח ב-19/11/2010 00:40
תוקן על ידי rebyankel ב- 19/11/2010 00:43:55
נשלח ב-19/11/2010 00:41
פריש כתב:
יא איך געדענק אויך ווען ענק האבען נעבעך געשריגן די זעלבע טיפשות ביי צומות הגידין אז קרית יואל זיכט די ביליגסטעדי זעלבע איז געווען ביי צומות הגידין, מ'האט אויפגענומען 10 בודקים צו בודק זיין יעדע עוף אין עטס האטס געשריגן אז נאר ק''י האט די פראבלעם ווייל זיי ניצן ביליגע טשיקען'סנו, פארוואס האט קרית יואל נישט געקענט פארשיקען די 10 בודקים אין נעמען פין די טייערע פארעמס לשיתכםענקער עולם איז אזוי משוגע? מ'קען זיי איינרעדן אזעלכע טיפשות?
_________________
ווייל נאכדעם וואס די גאס האט ענק געכאפט ביי די מעשה האט ענק שוין נישט געפאסט. בכגון דא נאמר "א פוילער ארבעט דאפלט און א קארגער צאלט טייער".
א שקרן וועט אייביג בויען אין ספינען צו צוען ווייטער זיינע געבעקסן פארוואס היינט צו טאגס האט קרית יואל אין סקווירא מער נישט קיין צומות הגידין? האלטס אז היינט פאסט זיי שוין יא צו טוישן פארעם? אין פארוואס זענען זיי נאך אלס בודק די צומות הגידין אפי' מ'טרעפט נישט
נאר ווער איז וויל וויסען ווייסט די אמת קרית יואל אין סקווירא האבען גענומען ביי די זעלבע העטשערי אין פארעמס ווי יעדער נעמט אין אז מ'קוקט נישט ''טרעפט מען נישט''...... קרית יואל איז היבש געוואקסען נאך די צומות הגידין סעזאן ערליכע יודן האבען זיך איבערצייגט אויף אלע היתרים זענען געבויט ''אז מ'קוקט נישט מ'זעהט מען נישט''
_________________
נשלח ב-19/11/2010 00:45
א. יא מאיר הירש האט זיך געבראכן און אנגעהויבן נעמען אביסל בעסערעט טשיקנס, פארט נישט די גוטע קוואליטעיט ווי וויילאנד אבער פארט נישט די גארביטש מיט וואס ער האט אנגעהויבן.
ב. מען איז שוין לאנג נישט בודק צומות הגידין אויף א שטענדיגע באזיס, מען איז בודק 2-3 מאל א חודש און געווענטליך איז דאס נאר בשעת ר' אהרן ברענגט א גאסט צו שלעפן צאמי.
נשלח ב-19/11/2010 01:10
קען מען נאך ערגעץ קויפן פליישיגע סענדוויטשעס אין קרית יואל?
נשלח ב-19/11/2010 01:20
פריש כתב:
א. יא מאיר הירש האט זיך געבראכן און אנגעהויבן נעמען אביסל בעסערעט טשיקנס, פארט נישט די גוטע קוואליטעיט ווי וויילאנד אבער פארט נישט די גארביטש מיט וואס ער האט אנגעהויבן.
ב. מען איז שוין לאנג נישט בודק צומות הגידין אויף א שטענדיגע באזיס, מען איז בודק 2-3 מאל א חודש און געווענטליך איז דאס נאר בשעת ר' אהרן ברענגט א גאסט צו שלעפן צאמי.
נאך אמאל קאושער גריל מיינט נישט קיין שום פאליטיק, ס''ה ווייסט יעדער אז ער שטעלט צו די בעסטע פליישן, און ער וויל דאס ווייטער גיבן פאר'ן ציבור, און פון טעקסעס פלייש וועט דאס נישט זיין. פינטל.
די ועד הכשרות האט זיך יעצט אויפגעוועקט אז ער מעג נאר נעמען פלייש פון טעקסעס, האט ער ארויסגענומען דעם טעלפאון ביך און גערופן ועד הכשרות שע''י קהילתינו. זה הוא.
_________________
נשלח ב-19/11/2010 02:03
זייט נישט קיין בהמות. קאושער גריל האט ביז היינט נישט געהאלטן ביים טון דעם שריט, ווייל א גרויס חלק פון זיינע קאסטומערס זענען די הונדערטער תלמידי הישיבה. זעט אויס אז עפעס איז יא געווען, - לויט די אהרונים איז דאס אז זיי האבן אים געכאפט אריין שווערצן זאלי פלייש - און במילא האבן די אהרונים אראפגענומען - אדער מסתמא געסטראשעט אראפצונעמען - זייער הכשר. האט ער זיי געזאגט גוד ביי טשארלי.
מסתמא מאכט ער א חשבון אז די ישיבה איז סייווי געפאלן - לויט א אינסייד באריכט האלט עס ביי קנאפע זעקס הונדערט בחורים - לוינט זיך אים נישט צו פארלירן זיבן און פערציג פראצענט קרית יואל פאר דעם. חוץ מזה וואס ער ווייסט אז אויב וועלן די בחורים זיין זייער הונגעריג, וועלן זיי אזוי אויך קויפן...
חוץ מזה, האבן די אהרונים סייווי א דעלי אין שאפינג סענטער פאר ווער עס וויל דוקא "הארטע" פלייש... לוינט זיך אים ענדערש צו פארקויפן פאר די זאליס, וואס דערווייל איז נישט געווען קיין איין סטאר וואס האט פארקויפט פאר זיי.
נשלח ב-19/11/2010 03:17
אומזיסט פראביר צו פארקויפן ענקער לאקשן ביי ענק אין פורום. כא כא כא "מען האט אים געכאפט שווערצן"... "מ'האט אים געסטראשעט אראפצונעמען דעם הכשר"... "אהרוינים האבן עני וועי"...
סך הכל האבן די אהרוינים אים יעצט געהייסן פארקויפן נאר טעקסעס פלייש, האט ער זיי געזאגט מוחל טובות איך דארף נישט ענקער הכשר. וחסל, א גוטן פורים אלע אהרוינישע שווענץ