בית פורומים אידישע געדאנק

ויפתח את פי האתון: דער סבלן צופירט זיך שוין ווייטער דאס פיסקל...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2010 22:27 לינק ישיר 
ויפתח את פי האתון: דער סבלן צופירט זיך שוין ווייטער דאס פיסקל...

רופט שוין אריין, איידער זיי נעמען דאס אראפ

718-305-6942
דערנאך דרוקט 2-1-4-3



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 22:37 לינק ישיר 

יעצט באקומען אזא מעס. גראדע זעה איך ער שיקט פיינע נייעס פאר אנשי שלמינו!! MalchisSatmar: VaYiftach es pi HuOsoin.. pre-k"a kislav: Aron open his mouth again, call 17183056942 then 2-1-4-3# He talk about 12 minutes its wonderfull



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2010 23:39 לינק ישיר 

בלא בלא בלא, איך מיך זעך, איך האב נ ישט קיין געדילט אויסציהערן די בויכווייען פון דעם דך גאה, איינער קען ארויפלייגן די הויעכפונקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 00:08 לינק ישיר 

פון אישי:                  As Farmaglich wrote once that someone who have 'Espergers Syndrome' will always come back to his 3 topics, Yesterday at a dinner in KJ aron was busy with Schita, Kashris.. He 

Talk also about Computers (Keila Blaa"z...) he said someone who have computer at  home is likeManhatten in home, so he said the next few words: "S'IZ LETZTENS AROISGEGANGEN KINDER FIN INZER MOISED, APUR FIN DE MANHATTEN KINDER ZENEN AROIS, IN ZEI ZENEN GEGANGEN ERGETZ ANDERSH IN INZ MACHEN MIR OIF ZEI A "BURECH SHE'PUTRANI".... Words talking for his self no explanation neededyea.. S'tit vei Shreit men... 
Also he said yesterday "inz huben mir 1800 Mishpuches in Inzer Moisdes Du In Kiryas Yoel...
FACT: there are between 3700 - 3800 Familys in KJ, is he finally relizing he is NOT mura D'asra??!!.. 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 00:15 לינק ישיר 

דער הויכפונקט איז אז ס'א גרויסע חורבן אז ס'דא איין מאנאפאל וואס שטעלט צו היימישע בשר כשר פאר כלל ישראל, אויב ר' זלמן לייב וויל באמת אויפטון פאר אידישקייט, זאל ער נאכטאן זיין ברודער און אויך עפענען א אייגענע בית השחיטה פאר עופות און בשר בהמה, די זעלביגע מיט אנדערע גרויסע קהולות, ר' זלמן לייב האט גענוג שטיצער וואס קענען דאס אויסהאלטן. דאס איז וויכטיגער ווי די אנדערע שטותים ווי שווענדן מיליאנען פאר א ביה"ח, שולן, וכדומה, זארג דיך נישט קיינער גייט נישט בלייבן כדומן על פני השדה, און קיינער גייט נישט דאווענען אין קלויסטער, טוה עפעס יסודות'דיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 01:30 לינק ישיר 

אייזענבאך כתב:
פון אישי:                  As Farmaglich wrote once that someone who have 'Espergers Syndrome' will always come back to his 3 topics, Yesterday at a dinner in KJ aron was busy with Schita, Kashris.. He 
Talk also about Computers (Keila Blaa"z...) he said someone who have computer at  home is likeManhatten in home, so he said the next few words: "S'IZ LETZTENS AROISGEGANGEN KINDER FIN INZER MOISED, APUR FIN DE MANHATTEN KINDER ZENEN AROIS, IN ZEI ZENEN GEGANGEN ERGETZ ANDERSH IN INZ MACHEN MIR OIF ZEI A "BURECH SHE'PUTRANI".... Words talking for his self no explanation neededyea.. S'tit vei Shreit men... 
Also he said yesterday "inz huben mir 1800 Mishpuches in Inzer Moisdes Du In Kiryas Yoel...
FACT: there are between 3700 - 3800 Familys in KJ, is he finally relizing he is NOT mura D'asra??!!.. 
 
לשיטתך האט דער רבי ז"ל געליטן פון דעם סינדראם... ציונות. חטא הידועה און שחיטה. און עטס זענטס נאך ערגער אין דעם. עטס האטס איין זאך. :"אהרן".....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 00:25 לינק ישיר 
דער ווארט פונעם יאר

פריינדליך כתב:
און עטס זענטס נאך ערגער אין דעם. עטס האטס איין זאך. :"אהרן".....



_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 06:18 לינק ישיר 

די זאליס זינען ביזי מיט רב אהרן.
די ארוניקעס זענען ביזי רב זלמן לייב.
די חילוק איז נאר די זאליס טעראזין נישט קיינעם אויב איז מען נישט בשיטה מיט רב זלמן לייב. אבער די אהרוניקעס טעראזירן יעדן וואס האלט נישט מיט רב אהרןס מיינונג.
רב אהרן האט שוין אסאך מאל בארעדט אנדערע מענטשן אויך רבנים אויך פריוואטע מענטשן אויך געטשעפעט מיט אנדערע מענטשן (משה נתן וויינבערגער. מענדל גרינבערגער. (טשיקאגא) די בני יואל.. ווישניץ רבי מאטעלע. מאנטיווידעי. אין נאך אסאך אסאך. קען זיין זיי זענען געווען פיינט פאר די ברך משה איך ווייס נישט. אבער פארוואס קעגן רב בערל רוקח קעגן דער צאנזער דער קלויזענבורגער וואס זיי זענען געווען שטארקע פיינט צום הייליגע סאטמאר רבי ר' יואליש זכר צדיק לברכה. האט רב אהרן קיינמאל נישט גערעט קעגן זיי?
מה שאין כן רב זלמן לייב אפשר קען ער נישט אזויפיל לערנען. איך האב אים נישט פארהערט (איך גיי גראדע צו זיינע טישן אסאך מאל ער זאגט זייער שיינע תורה) אבער ער איך א פיינער צוגעלאזענער רב, ער האט נאך פון זיין מויל נישט ארויסגעלאזט (עכ"פ קיינער קען נישט אויפווייזען אז יא) א שלעכט ווארט אויף א צווייטען. אוודאי נישט קיין ניבול פה אזוי ווי רב אהרן.


תוקן על ידי סעלפאן ב- 24/11/2010 06:48:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 16:27 לינק ישיר 

די זאליס טעראריזירן נישט קיינעם ווער ס'גייט נישט אין שפאן ומעשה עירוב יוכיח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 16:55 לינק ישיר 

קודם שלום עליכם. זייער א שיינע דרשה.אויבנאויף פרעגסטו. זייער גוט. אבער געדענקסט נישט מאטיס קאר סערוויס אשכול? עס איז דא נאך אסאך ווי די זאליס האבן געהייסן בויקאטירן. איך האב נישט קיין נערוון צו מאכן א קאלעקשאן. און לאמיר הערן. דער בעל נועם המדות האט נישט ארויסגעשטויסן צענדליגער זקנים נשואי פנים און טויזענטער סתם יודן פון ראדני?און דאס וואס דו זאגסט וועגן רעדן קעגן א צווייטן. דאס איז טאקע רז"ל'ס פראבלעם. רוב דרשות וואס עטס נוצט קעגן מהר"א האט ער געזאגט זיך אנצונעמען פארן טאטן(עטס קענטס טענהן אז ער האט געמיינט זיך אבער למעשה האט ער געליטן סאך מער ווי א מענטש וועט טון נאר פאר זיך). וואס די בנ"י האבן אים געצאפט דאס בלוט(אדער עכ"פ געווען ביטערע שונאים) און ווען זיי האבן געקענט האבן זיי געשטעלט פיסלעך סיי מכלומרשט תורהדיג(סקול דיסטריקט. און יעצט שחיטה). און סיי געזעצליך (מסרן אז מען לערנט תורה אין ס"ד) און ער האט זיך ארויסגעשטעלט אויפן שלאכטפעלד און אריינגעכאפט אלע פיילן (גערעכט צו אומגערעכט. למעשה האט ער אריינגענומען אלע פיילן קעגן זיין טאטן) משא"כ זיין ברודער וואס איז אפשר א וואוילער יוד. אבער למעשה זיך ארויסגעדרייט דערפון. און די דרשות אין די יעצטיגע פאליטיק. קענסטו טאקע זעהן די חילוק. ווען פון רז"ל האסטו געהערט איין גנבים גזלנים חמסנים דרשה. וואס דעמאלטס איז געווען די איינציגסטע פאל וואס ער האט זיך געקענט -לשיטתו- אפרעדן און ער האט זיך צולאזט. און פון מהר"א. האסטו די דרשות. שחיטה. ווייץ. בג"ץ.ראדני. וואס ביי אלע 4 האבן די זאליס פרובירט אים אינטערצוברענגען יעצט זעע די חילוק 1 מאל(לשיטתו) בעולה'ט. קעגן 4 זאכן(און צענדליגער מאל פרובירן)און יעצט וואס דו זאגסט אז זי ארונים זענען ביזי מיט רז"ל אגאנצן טאג. אמת. קען זיין אז מיר רעדן אסאך פון אים. אבער מיר זענען נישט ביזי נאר מיט דעם. למעשה רעדן מיר אגאנצן טאג פון. תקנות. יסודי התורה. שחיטה. ווייץ וכו' און אפשר "אויך" אסאך רז"ל. די זאליס זענען "אגאנצן טאג" ביזי מיט מהר"א. חוץ שושן פורים און נעילת החג(אמאל געווען...) און וועגן רעדן קעגן בעלז. פרעג בעסער. פארוואס קיינער רעדט נישט קעגן די מאדערנע יודן?רעפארמער? קאנסערוואטיוון? למעשה האט מען שוין הונדערטער מאל גערעדט אין דעם ענין. עס איז שוין נישטא וואס מחדש צו זיין. און קעגן ציונות בכלל קען מען זאגן אז ער רעדט ווייניגסטנס 15 מאל מער קעגן דעם ווי רז"ל (אנטשולדיגט מיר אז מיין תגובה איז נישט אין א סדר. אבער פאר איר ענטפערט ביטע ליינט עס גוט דורך. שכוח)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 19:21 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
דער הויכפונקט איז אז ס'א גרויסע חורבן אז ס'דא איין מאנאפאל וואס שטעלט צו היימישע בשר כשר פאר כלל ישראל, אויב ר' זלמן לייב וויל באמת אויפטון פאר אידישקייט, זאל ער נאכטאן זיין ברודער און אויך עפענען א אייגענע בית השחיטה פאר עופות און בשר בהמה, די זעלביגע מיט אנדערע גרויסע קהולות, ר' זלמן לייב האט גענוג שטיצער וואס קענען דאס אויסהאלטן. דאס איז וויכטיגער ווי די אנדערע שטותים ווי שווענדן מיליאנען פאר א ביה"ח, שולן, וכדומה, זארג דיך נישט קיינער גייט נישט בלייבן כדומן על פני השדה, און קיינער גייט נישט דאווענען אין קלויסטער, טוה עפעס יסודות'דיג


איל למשל האלט נישט אזוי ווייל ווען אזאך האט ציטיען מיט א פארטיי וועט זיך קיינער נישט ארויסשטעלן אין זאגן אז סאיז דא א פראבלעם אין די שעכט הויז אבער ווען סגהערט פאר א יחיד איז שוין א אנדערע מעשה אין קען זיין אז פארדעם האט די רבי ז"ל קיינמאל נישט געמאכט א אייגענע שעכט הויז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 19:45 לינק ישיר 

זאגסט א גוטע פוינט, די פראבלעם איז אבער אז פאר א פריוואטע יחיד איז כמעט אומעגליך צו קוקורירן מיט אזא ריז ווי מיל-מארט, דעס אז דער רבי האט נישט געמאכט קיין בית השחיטה, מיינט נאך נישט אז ער איז געווען דערגעגן, ס'קען פשוט זיין אז לא עלתה בידו, ס'מאכט זיך דען אזוי גרינג א בית השחיטה? איך האלט אזוי לאנג וואסי נישט דא קיין שום קראנטע הוראה פון רבי'ן וואס האט קלאר געזאגט אז ער האט א קפידה דייקא נישט צו מאכן א אייגענע שלאכט הויז, קען מען גארנישט ארויסנעמען.

כן נלפע"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 20:20 לינק ישיר 

איך האב נישט געזאגט אז די רבי איז געווען אקעגען אזא זאך איך האב נאר געזאגט בדרך אפשר.
 
אבער אויב איז דיין פראבלעם וועגן איין גרויסע מאנפאל וועגן כשרות איז א שעכט הויז וואס געהערט פאר א פארטיי אסאך א גרעסערע פראבלעם קיין איין פארטיי וועט קיינמאל נישט מודה זיין אזוי שנעל אין א פראבלעם אין סוועט אפי' כמעט נישט מעליך זיין אז א אנדערע הכשר זאל מעורר זיין פאר א פארטיי אז זיי האבן א פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 20:22 לינק ישיר 

קיינער איז נישט שולדיג אז מהרז''ל איז געווארן רב אין וומ''ס פארדעם דארף מען נאכנישט זיין ביזי מיט פלייש און ווייץ און נעקסט מקווה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 20:33 לינק ישיר 



פריינדליך כתב:
קודם שלום עליכם. זייער א שיינע דרשה.אויבנאויף פרעגסטו. זייער גוט. אבער געדענקסט נישט מאטיס קאר סערוויס אשכול?
א שאלה צו מיר געדענקען?? און דא זעהט מען טאקע דיין צביעות ווער האט באיקאטירט וועמען? לויט ווי איך געדענק האט מאטיס קאר סערוויס באיקאטירט די נייע חתונה זאל און מוויל אים נישט נאכדעם נוצן איז שוין יענער דער טעראריזירער

עס איז דא נאך אסאך ווי די זאליס האבן געהייסן בויקאטירן. איך האב נישט קיין נערוון צו מאכן א קאלעקשאן. (דעמאלטס רעד נישט) 

און לאמיר הערן. דער בעל נועם המדות האט נישט ארויסגעשטויסן צענדליגער זקנים נשואי פנים און טויזענטער סתם יודן פון ראדני?

(ניין, זיי קענען "רוהיג" קומען דאווענען דארטן אז ס'שמעקט זיי נישט אז ער איז רבי און זיי זענען אוועקגעגאנגען, טייטשט נישט אז ער האט זיי ארויסגעווארפן).

און דאס וואס דו זאגסט וועגן רעדן קעגן א צווייטן. דאס איז טאקע רז"ל'ס פראבלעם. (זיי מסביר)

רוב דרשות וואס עטס נוצט קעגן מהר"א האט ער געזאגט זיך אנצונעמען פארן טאטן (למשל?)

(עטס קענטס טענהן אז ער האט געמיינט זיך אבער למעשה האט ער געליטן סאך מער ווי א מענטש וועט טון נאר פאר זיך). (זיי מסביר)

וואס די בנ"י האבן אים געצאפט דאס בלוט(אדער עכ"פ געווען ביטערע שונאים) און ווען זיי האבן געקענט האבן זיי געשטעלט פיסלעך סיי מכלומרשט תורהדיג(סקול דיסטריקט. און יעצט שחיטה). (וועם?)

און סיי געזעצליך (מסרן אז מען לערנט תורה אין ס"ד) און ער האט זיך ארויסגעשטעלט אויפן שלאכטפעלד און אריינגעכאפט אלע פיילן (גערעכט צו אומגערעכט. למעשה האט ער אריינגענומען אלע פיילן קעגן זיין טאטן) משא"כ זיין ברודער וואס איז אפשר א וואוילער יוד. אבער למעשה זיך ארויסגעדרייט דערפון. (האסט נאך אלס נישט מסביר געווען פארוואס איז דאס געווען קעגן זיין טאטן? (דא איז ערשט יעצט ארויפגעלייגט געווארן א בילד פון תשמ"ג ביי די מסע המלכות אין א"י ווי מזעהט יאסל וואלדמאן שטייט נעבן יצחק ראזענבערג און מאכן ארדענונג, אפשר קענסטו מיר זאגן ווען און פארוואס איז יאסל וואלדמאן אוועקגעגאנגען?)

און די דרשות אין די יעצטיגע פאליטיק. קענסטו טאקע זעהן די חילוק. ווען פון רז"ל האסטו געהערט איין גנבים גזלנים חמסנים דרשה. וואס דעמאלטס איז געווען די איינציגסטע פאל וואס ער האט זיך געקענט -לשיטתו- אפרעדן און ער האט זיך צולאזט.
 
קודם כל עס איז נישט געווען דעמאלטס די איינציגסטע מאל,
עטליכע מאל האט ער שוין מוחה געווען קעגן ענק, צום ערשט האט ער מוחה געווען ביי זיין איינצוגס דרשה שב"ק פ' בהעלותך תשנ"ט קעגן דעם וואס ווען דער רבי איז ארויפגעגאנגען פרייטאג צונאכטס אויפן ארון קודש זאגן גוט שבת האט מען זיך גענומען שרייען פוי, און עטליכע מאל וועגן ענקער גיין אין קאורט, און אויך ווען דער בלאט האט געפעלשט א צעטל פון ברך משה האט ער מוחה געווען.

און טאקע משם ראיה אזוי ווי עס שטייט אז די חילוק צווישן יעקב און עשו דערקענט זיך נישט אז יעקב לערנט תורה און עשו נישט, נאר ביים עסן און ביים שלאפן וואס ביידע טוהען דארט זעהט מען די חילוק, יא! ער איז מוחה קעגן די עוולה אבער פערזענלעך אטאקירן יענעם מיט צונעמען און שפעט נעמען, און פרעכע ביליגע אויסדרוקן, דאס זעהט מען נאר ביי רא"ט (און דאס האט טאקע צוגעברענגט אז די ארונים האבן פרובירט פעלשן די דרשה ווען ער האט מוחה געווען אויפן בלאט צעטל פעלשעריי, ווייל עס איז נישט געווען קיין סחורה).

אנדערש ווי זיין ברודער רא"ט וואס איז מכלומרשט דער גרויסער מוחה און וואס נעמט זיך אהן קעגן זיין טאטן, האט מען נישט געהערט קיין פיפס דעמאלטס ביי די צעטל פעלשעריי, וואס ממה נפשך איז געווען א פעלשעריי אדער אין "דער איד" אדער אין "דער בלאט", איינער האט געפעלשט א צעטל פון זיין טאטען, און ער איז שטיל,

דאן האט פאסירט דער "מלך אסור ברהטים" ווען די משמשים האט איינגעשפארט זיין טאטן און אים ממש געקידנעפט אןו מען האט נישט אבאכט געגעבן אויף אים וכו' וכו' אשר אי אפשר להעלותו על הכתב וואס די משתמשים און די שני בני רבינו האבן אלס געטוהן מיט זיין טאטן, אויף אזוי ווייט אז די אייניקלעך פון רבין האבן געטוהן אן אומדערהערטן אקט און אריינגעגאנגען בערכאות אז  זיי זאלן קעיר נעמען און זיין בעל הבית דארטן און זיי האבן אריינגעגבן אפידעיוויטס און עדותשאפטן וואס וויזט ווי ברוטאל מען פירט זיך אויף צו זייער זיידן, וואס פון דעם אליין אז שיינע אידן רבנים וואס געווענליך וועלן רבנים אפילו זיי זענען גערעכט און האבן א היתר אויף סיי וועלכע סכסוך וועלן זיי עס נישט אריינשלעפן אין ערכאות צוליב די הארבקייט דערפון און עס פאסט זיי נישט, און קעגן וועמען זענען זיי געגאנגען קעגן זייער אייגענע משפחה, און אזאך וואס די גאנצע וועלט האלט מיט און די בושה אן ווייטאג און חילול ה' דערפון דיס געוואלדיג גרויס, בנוסף צו דעם אז די משפחה וועם זיי האבן אנגעקלאגט זענען א באנדע טעראריסטן, טראת די אלע זאגן האבן די אייניקלעך געטוהן דעם מורא'דיגן שריט, מוז דאך זיין אז דער מצב ביי מהר"אס טאטע איז געווען נורא ואיום, אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע פארוואס דא האט ער זיך נישט ארויסגעשטעלט זיך אנצונעמען פאר זיין טאטן, דוכט זיך אז אין די אלע יארן האט זיך קיינמאל נישט אויסגעפעלט צו דארפן פארלאנגען פון געריכט אז מען זאל פראטעקטן זיין טאטן, דאס טייטשט אז זיין טאטע האט זיך דעמאלטס געפונען אין א מצב ווי קיינמאל בעפאר איז פארוואס האט מעןן נישט קעהערט קיין איין וארט פון אים און זיך אננעמען פאר זיין טאטן
 
און פון מהר"א. האסטו די דרשות. שחיטה. ווייץ. בג"ץ.ראדני. וואס ביי אלע 4 האבן די זאליס פרובירט אים אינטערצוברענגען

איך כאפ נאכנישט די קאמבינאציע פון די פיר זאכן וואסערע דרשות האט ער געזאגט אויף די פיר שחיטה. ווייץ. בג"ץ.ראדני.? און וואס האבן די זאליס געטוהן אים אונטעצוברענגען?


יעצט זעע די חילוק 1 מאל(לשיטתו) בעולה'ט. קעגן 4 זאכן(און צענדליגער מאל פרובירן) (וואס ווילסטו דא זאגן זיי מסביר?)

און יעצט וואס דו זאגסט אז זי ארונים זענען ביזי מיט רז"ל אגאנצן טאג. אמת. קען זיין אז מיר רעדן אסאך פון אים. אבער מיר זענען נישט ביזי נאר מיט דעם. למעשה רעדן מיר אגאנצן טאג פון. תקנות. יסודי התורה. שחיטה. ווייץ וכו' און אפשר "אויך" אסאך רז"ל. די זאליס זענען "אגאנצן טאג" ביזי מיט מהר"א. חוץ שושן פורים און נעילת החג(אמאל געווען...)

דא ווערסטו אביסל צופארן איך וועל דיר מסביר זיין די חילוק, סיי די זאליס און סיי די ארונים רעדן פון אלע מיני נושאים  איבערן טאג איינער מער און איינער ווייניגער, דער חילוק איז נאר ווען דער זאלי לערענט און רעדט פון זיין שיעור, אדער ווען ער עסט און רעדט פון זיין עסן, (כשרות, בוטשער פלייש און מילך מצות וכו') מוז עס נישט האבן צוטוהן מיט זיין רבין, חסידות, אדער פארטיי ער לערנט ווייל מדארף לערנען, ער עסט כשר'ס ווייל מדארף עסן כשר'ס. משא"כ ביי ענק האט אלעס צוטוהן מיט די רבי וועגן די פארטיי און די חסידות. (קענסט עס אהנקוקן ווי א מעלה און שטאלצירן דערמיט, אבער דאס איז וויאזוי עס איז)

און וועגן רעדן קעגן בעלז. פרעג בעסער. פארוואס קיינער רעדט נישט קעגן די מאדערנע יודן?רעפארמער? קאנסערוואטיוון? למעשה האט מען שוין הונדערטער מאל גערעדט אין דעם ענין. עס איז שוין נישטא וואס מחדש צו זיין. און קעגן ציונות בכלל קען מען זאגן אז ער רעדט ווייניגסטנס 15 מאל מער קעגן דעם ווי רז"ל (אנטשולדיגט מיר אז מיין תגובה איז נישט אין א סדר. אבער פאר איר ענטפערט ביטע ליינט עס גוט דורך. שכוח) (דאס איז שוין סתם אבי גערעדט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 20:53 לינק ישיר 

אקעי, נחזיר לענינינו, מ'האלט כמעט 5 טאג נאך די דרשה, מ'האט שוין געעפנט אפאר אשכולות דערוועגן, און דערווייל האט נאך קיינער זיך גענומען די מי צו זאגן 1 הסבר וואס איז ראנג מיט די דרשה, מ'איז נאר ביזי מיט פי האתון, סבלן, וכו' וכו'

והוא פליאה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ויפתח את פי האתון: דער סבלן צופירט זיך שוין ווייטער דאס פיסקל...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext