בית פורומים אידישע געדאנק

מהר"א - דינער השנתי און סעודות הודאה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2010 03:00 לינק ישיר 
מהר"א - דינער השנתי און סעודות הודאה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט

אלערט: דא גייט מען נאר באריכטן פון די רבבות ביי ר' אהרן, ר' זלמן לייב'ס רבבות זאל מען באריכטן אין די אנדערע,

אין מערבין שמחה בשמחה

(איך האב ספעציעל געמאכן אביסל אן אנדערן ניסח קעפל אין ציגלייגט "מהר"א" מ'זאל נישט ווערן קאנפיוזד)


תוקן על ידי המהדרין ב- 30/11/2010 17:17:06




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:03 לינק ישיר 

גייט קאסטען געלט צו פארן מיט די שיף?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:13 לינק ישיר 

ניין, ס'גייט זיין אומזינסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:25 לינק ישיר 

ווי וועלן פארקען די אלע וואס קומען מיט קארס פון קרית יואל? לויט מיין אינפארמאציע איז דארט נישט דא קיין פארקינג, דאס איז טאקע מסתמה די סובה פון פארן מיט שיפלעך פון וויליאמסבורג, אבער וואס וועלן טין די אלע וואס קומען מיט קארס פון אלע אנדערע מקומות?
נאך א פראגע: לוינט זיך פאר צוצושטעלן שיפלעך בחינם? אין די שווערע עקאנאמישע צייטן זיכט יעדער צי שפארן ווי מער. (דאס איז דאך די סובה אויף חתונה תקנות)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 03:49 לינק ישיר 

איז דע פולאסקי בילדינג א שאטער? אדער א בילדינג? וואס איז די אדרעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 05:42 לינק ישיר 

סקאט, כאטש אויף היידפארק קענען מיר זיין 'אונטער איין דאך ביידע צוזאמען' פארגינסטו דאס אויך נישט.....?

אזוי רעדענדיג (שרייבנדיג),
שמעתי, א גוט ווארט, דער ישמח משה האט דאך כידוע געהייסן שיפף (ער האט געטוישט זיין נאמען צו ט''ב) , וואלט דאך די רבי אויך געהייסן.............. פירטס אויס צוזאמען......? שיפף, דאס איז א שיינע רמז צו נוצן שיפן מיט וואס צו גיין צום כ''א אפערע. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 05:51 לינק ישיר 

אויף די פאוסטערס מיט פיקטשערס פון די שיפען איז דא אויף יעדע שיף א פענדעל מיטן אויפשריפט "כ"א כסלו", אזוי אויך העכער די וואסער גייט פון איין זייט בריק ביזן צווייטען זייט א מעכטיגע סיין מיטן אויפשריפט "ברבבותינו", גייען עכט זיין די פענער אין די סיין פלאטערן איבערן וואסער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 07:16 לינק ישיר 

גייט דער סבלן ווייטער רעדן פון שחיטה וכו' אדער גייט ער שוין יעצט האבן געניג סיפוק פון די רייט מיט די שיף?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 07:26 לינק ישיר 

רבי אהרן גייט פארן צו פולאסקי הענקי מיט די ספרינטער אדער א שיף?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 17:42 לינק ישיר 

מ'האט דא פארגלייגט מערערע פראגעס, איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון, עד שידי מגעת,

פארוואס איך האב געעפנט א נייע אשכול איז ווייל דאס איז דער רצון פונעם מנהל ירום הודו, איך האב לכתחלה געשריבן באריכטן אין ר' זלמן לייבס אשכול אבער ער האט אלעס אפגעמעקט,

דער פלאץ איז א בנין נישט קיין שאטער,

פארוואס מ'שווענד געלט פאר שיפן, איז אזוי, קודם איך ווייס נישט צו ס'איז אזא טייערע זאך, צווייטנס די געדאנק פון א דינער איז בעצם א אינוועסטמענט צו ציען וואס מער נדבנים, ממילא יעדע זאך וואס קען ציען מער מענטשן איז א פשוט'ע ביזנעס אינוועסטמענט, היינט איז עס אזוי יעדע דינער פרובירט מען צו ענטערטענען די מענטשן,

צו ס'גייען הענגען פלאקאטן אויף די שיפן זעלבסט, אדער יא אדער נישט, הו קעירס.

ווי די קרית יואל'ער וועלן פארקן, איך גלייב אז עפעס פארקינג איז יא דא, נאר א באגרענעצטע צאל ערטער,

וואס ר' אהרן גייט רעדן? איך ווייס נישט פונקטליך, איך שטעל זיך פאר די יוזשעל סחורה, קודם א שיין דערהער אויף די פרשת השבוע אין אפשר א חנוכה סוגיא, נאכדעם דברים העומדים על הפרק, אפשר אינערנעט, שיעורים, חתונה תקנות, אפשר שחיטה אויך, מ'העמיר זיך דערוויסן דאן

אויך גייט זיין דארט א שבע ברכות פון דער רבי'ס אייניקל, ממילא וועט זיין אפשר אביסל בדחנות,

צו ר' אהרן גייט קומען מיט די שיף? זיכער נישט, דאס פאסט נישט אז דער רבי זאל פארן צוזאמען מיט די המון, ער וועט קומען מיט זיין פלאטע דירעקט צום בנין.

עני טינג עלס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 18:05 לינק ישיר 

סקאט, די פרשה מיט די שיפן איז נישט אזוי פשוט לויט ווי ס'זעט מיר אויס הערשט יא א אויפברויז, איך גלייב אז די אויפברויז איז  אסאך מער אויף די חוזק געפילן וואס נארמאלע מענטשן שפרין ווען מען זעצט זיי אריין אין שיפלעך על לא דבר ממאכט זיי ללעג ולקלס פאר די פרעמדע גאס.

אדרבה זאג די פארוואס פעלט אויס די שיפן, די זאליס סעודת הודאה איז געציילטע גאסן פון די אהרוינישע. פאר די פרעמדע גאס זעט דאס אויס ווי די זאליס זענען נארמאלע מענטשן און די אהרוינים שפילן זיך ווי קינדער.

די פאר וועם מען דארף צושטעלן די פאן פון פארן מיט א שיף, די געבן סיי ווי נישט קיין געלט בכלל, אדער נאר גאר א קליינע סכום, נישט אפילו גענוג צו דעקן א זיץ אויפן שיף, די זאליס וואלטן פונקט אזוי געקענט מאכן שיפן, די געדאנק פון שיפן איז א אלטע, ס'נישט א נייע המצאה פון די אהרוינים. נישט אלע אהרוינים זענען איינשטימיג מיט די שיפלעריי, זעה וואס איך האב באקומען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 18:10 לינק ישיר 

WOW WOW

נפל אזא צעטל פארדינט א באזונדערע אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 18:22 לינק ישיר 

אנשים דפוקים שונאים קצת כיף, כנראה הם הבני יואל החדש, יבאו יום שיקראו להם בני משה?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/11/2010 18:56 לינק ישיר 

כעל דיר זאגן עפעס, נפל, אם כנים דבריך, כ'קלער אז דו האסט א פוינט, איך פארשטיי טאקע נישט צו וואס מ'ברויך די שיפן? אויב פארקינג איז א פראבלעם זאל, מען טרעפן א פראקינג פלאץ אפאר גאסן אהינציר, און פון דארט ציפירן מיט באסעס, בכלל רוב עולם קומט דאך ממילא מיט באסעס, די וומ"ב זיכער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 19:48 לינק ישיר 

לכאורה וואלט געווען אסאך קליגער מבטל צו זיין די שיפן און דאס געלט ניצן צו סערווירן געשמאקע ווייכע טעקסעס פלייש צו ווייזן פארן עולם אז ס'איז "באמת" יא גוט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 21:59 לינק ישיר 

בואו ותהנו, יהיה גם כיף וגם הנאה, ולא לתת למצומצמים לחנוק את החגיגה.





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מהר"א - דינער השנתי און סעודות הודאה "כ"א כסליו" מוצשב"ק וישב הבעל"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext