ווייל עס איז די צווייטע בריוו וואס זיי געבן ארויס אחרי מות קדושים די ערשטע איז פון הרה''ק מ'פשעווארסק זצוק''ל
נשלח ב-23/11/2010 21:03
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 12/05/2011 05:22:19
נשלח ב-23/11/2010 21:19
די בעלזא זענען מסוגל צו מאכן אזאנע פעלשעריי, איך וויל נישט אריינגיין אין דעם. ביי אינז איז קלאר די דעה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אז די דעה העכער די 80 איז גארנישט ווערד אויב ס'איז פארקערט ווי ער האט געהאלטן פאר די 80
נאך מער פון דעם, למעשה איז דער בריוו ארויסגעקומען הערש יעצט, 30 יאר נאכן ארגינעעלן חרם! קען זיך בכלל גלייבן אז ס'איז אמת?
איך האב געזען איינעם שרייבן אז די בריוו איז יא באמת פון אדווארי רב און ער רעדט בכלל נישט וועגן דעם חרם בריוו, נאר וועגן א פאלשע בריוו וואס די בעלזא חסידים האבן פארבערצירט און זיי האבן אנגעצינדען דעם אדווארי רב וועלכער האט טאקע אפגעלייקענט יענעם פאלשן בריוו. והא ראי' אז אויפן בריוו שטייט אז ער רעדט וועגן א בריוו וואס איז ארויסגעקומען "עטליכע יאר צוריק" ס'קען נישט זיין אז ער רעדט וועגן א קול קורא פון 21 יאר פריער
נשלח ב-23/11/2010 21:20
די בריוו האט אלע סימנים פין א אריגינעלע בריוו (שריפט, סגנון וכדומה) איך זעה נישט ווער עס האט א פראבלעם דערמיט.
נשלח ב-23/11/2010 21:24
נשלח ב-23/11/2010 21:24
אן האבן א פראבלעם דערמיט, גלייבט זיך שווער אז א איד פון 85 זאל האבן אזא קלארע כתב יד, פארדעם גלייבט זיך אז ס'איז א זיוף
נשלח ב-23/11/2010 21:25
נשלח ב-23/11/2010 21:29
פאר וועם האט ר' איציקל געשריבן די בריוו?
נשלח ב-23/11/2010 21:37
אגב: די צוויי בריוון זענען נישט קיין שום דמיון. ר' איציקל שרייבט נישט אז מען האט אים אויסגענארט אדער געצווינגען, ער שרייבט בעיקר צוויי נקודות: א. ער האט נישט משים על הלב געווען בשעת מעשה אז דאס איז א דירעקטע פגיעה בכבודו פין בעלזער רב (ער האט בהחלט געוואוסט אז בעלזער רב איז מתיר די בחירות, נאר בשעת מעשה האט ער נישט גענומען אויפ'ן געדאנק עד היכן הדבריםן מגיעים) ב. ער האו נישט געוואלט זיין בראש החותמים נאר צווישן אלע אנדערע רבנים (זיין נאמען אויפ'ן קול קורא ערשיינט אויבן אן תיכף נעבן די חתימה פין רביה"ק זי"ע.) למעשה האט ער אבער דעם בריוו אונטערגעשריבן, און קיינמאל נישט (אפילו אין דעם אויבנדערמאנטן בריוו) צוריקגעצויגן דערפון. פאר אינטערעסאנטקייט: מערקט אן אז רבי איציקל איז מסיים דעם בריוו מיט די ווערטער "גם זו לטובה...".
נשלח ב-23/11/2010 22:13
די בריוו פין אדווארי רב זצ'ל האט אזא פנים ווי די בריווען וואס ענק ברענגן פין ברך משה זצ''ל אין די עלטערע יארען
נשלח ב-23/11/2010 22:38
תוקן על ידי rebyankel ב- 23/11/2010 22:38:26
נשלח ב-23/11/2010 22:40
לאמיר דו זאך אביסל צונעמען - עס איז קלאר ווי דער טאג אז כמה וכמה רבנים וואס זייער נאמען האבן בשעתו ערשיינט אויפן קו"ק האבן און זייער לעבן נישט ג'חתמ'ט, נאר וואס דער, מען איז געגאנגען צו דו גאר גרויסע, און ווער עס האט געהאט דו חוצפה זיך געגנשטעלן אנקעגן דו רעזשים וואס האט דעמאלטס שולט געווען אין וומס"ב האט מען אראפגענומען (פאפא רב ז"ל, ער האט זיך טאקע גענוג אנגעליטן דערוועגן) משא"כ דו אנדערע רבנים וואס האבן מורא געהאט און מכש"כ דו קליינע רבנים וואס האבן געדארפט צוקומען צום רעזשים בכדי צו האבן מתפללים וכדומה, האבן בכלל נישט גערעדט דערוועגן (קאליווער רבי שליט"א לדוגמא).
איך זעה בכלל נישט א סיבה פארוואס אודווארי'ער רב ז"ל זאל נישט וועלן האבן צוריק געצויגן, איי דו קשיא אז סאיז געווען יארן שפעטער, ווען ער האט געשריבן די בריוו האט ער שוין נישט מורא געהאט, איינס מחמת וואס די רעזשים האט זיך שוין אנגעהויבן צו שלאגן צווישן זיך איז פשוט אז זיי האבן נישט קיין צייט פאר א צווייטן, און צוויטענס, ער האט זיך שוין פון פריער געשלאגן ביי די פרשה מיט די עירוב אין וומס"ב ווי ער האט טאקע געזען אז עס געשעט נישט גארנישט וויבאלד די רעזשים איז שוין ציריסען און ציפליקט צווישען זיך.
לגבי דאס וואס מען טענהט היתכן מען האט דאס נישט ארויסגעגעבן ביז ער איז נפטר געווארן, איז פשוט ווייל ער אזוי געבעטן!
נשלח ב-23/11/2010 23:03
(במאמר המוסגר) מנהל, ביטע קעיר נעמען פון דעם יענקל, ס'איז נישטא קיין אשכול וואס ער מישט נישט אריין חזר'יי שלא מן הענין כלל, יא! איך ווייס אז ער טוט דאס אויך ביי כל העולם, וואס דאס מיינט אז ער מיינט נישט -ווי ער פלעגט דאס רופן ווען כל העולם האט נאך געלעבט... - ''אראפברענגען דעם פורום'', נאר עס קומט פשוט פון זיין מורא'דיגן פיצינקע קליינקעפיגקייט אז איבעראל זעהט ער זאליס אפי' אין שטיינער און ביימער....