אנגעהויבען האט זיך עס תשמ ווען בעלז האט זיך אפגעטיילט פון די עדה און האבן געמאכט אן אייגענע שחיטה און אנגהויבען לערנען ענגליש מיט די מיידלעך וואס עס איז געווען א חרם פון רבני ירושלים מדורות הקודמים האבן זיך די עדה געוואנדען צום ברך משה ז''ל האט ער געהאלטען א דרשה ו' שבט תשמ ן אז זייער פלייש איז נבילה אלץ שחיטה חוץ און זיי האבען די הלכה ווי די נעלאגען (למעשע ווייס איך נישט צו ס'איז געווען א בירור להלכה בכתב פון א גדול)און דאס האט געמאכט די בעלזע שפרינגן און האבן אנגעהויבען שרייבען אין מחנה החרדי דברי ניעץ אויף רבני אונגערן וואס האבן געמאכט די טיילאנג (בעלז איז געווען אין פוילן ווי ס'איז נישט געווען קיין טיילאנג) און אויף הרה''ק מסאטמר ביז שמחת תורה תשמ''ב וואס די בעלזע רבי בכבודו ובעצמו(ער איז געווען א אינגעמאנטשיג פון דרייסיג יאר) און חוזק געמאכט פונעם הייליגן חתם סופר און תלמידיו וכלשונו"ווען דעע חברה האבן נאכנישט געוויסט פון קיין שיטה צוזאגען און זיי האבן נאך געגעסן שטאפ גענז" (וכיודע האט די חתם סופר געהאלטן אז שטאפ גענז איז כשר אבער חסידים האבן נישט געגעסן)און אז שיטת הרה''ק מסאטמר איז ''טערראר'' און דאס האט אויפגעשאקלט די וועלט און כמעט אלע רבנים האבן מוחה געווען(אפילו די וואס האבן נישט אונטערגעשריבן אויף די קו''ק)