| נשלח ב-25/11/2010 06:45 |
|
| |
שיפן דינער קאטאסטראפע - פרישע געלט פארברענעריי
די לעצטערע וואכן האבן די ארונים אנגעוואנדען אלע כוחות, אז זיי זאלען קענען ניצען די שעיפאר פארט פאר זייער שיפן דינער, ארי' לייב גלאנץ און רעסטלער האבן זיך געשוואוירן אז זיי האבן אויסגעניצט זייער שתדלנות און עס איז זיי געלונגען צו באקומען ערלויבעניש, ווי נאר רעסטלער האט זיי איבערגעגעבן די נייעס אז זיי קענען עס האבן, האבן די ארונים באשטעלט ביי די דריקערס טויזענטער קאלירטע פלאקאטן מיט די דערפרייענדע נייעס אז מען גייט פארן מיט שיפלעך צו די דינער.
היינט זענען זיי שאקירט געווארן ווען דער שר הסבלנים ארי' לייב גלאנץ האט זיי איבערגעגעבן די אנטוישענדע נייעס, אז מען האט שוין פראבירט מיט אלע מיטלען, אבער עס רירט זיך נישט, און די שעיפער וועט מען נישט קענען ניצען.
מער האט נישט אויסגעפעלט די ארונים ווילען אים צורייסען אויף שטיקער, היתכן זייער אינדארסירטע רעסטלער וואס האט געווינען נאר וועגן די ארונים זאל נישט קענען ערלעדיגען דעם שעיפער פארט פאר די שיפן דינער.
ארי' לייב האט צוריק געענטפערט עס איז נישט דא וואס צו וויינען, די טריפ מיט די שיפן וועלן נישט ווערן געקענסעלט, נאר מען וועט באצאלן פאר די נעווי יארד א גרויסע סכום געלט און פון דארט וועט מען פארן מיט די שיפן.
איך בין נייגעריג וועם וועלן זיי יעצט אנזעצן מיט שווערע חובות, אבי נאר אז די חלה דעקלעך זאלן זיין פרייליך.
שירה חדשה שבחו גאולים על שפת הים יחד כלם הודו והמליכו ואמרו ...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 06:48 |
|
| |
דאס הייסט געלאזט אויפן וואסער, קענסט זיכער זיין אז כסיל הערש וועט אריינשפרינגען ווי נחשון בן עמינדב, לקדש שם שמים, אז רעסטלער האט געזאגט גיין דורכן וואסער וועט זיך דאס וואסער שפאלטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 16:52 |
|
| |
וואס איז דער פשט פון די שיפן? אין בארא פארק איז דא פיל מיט צעטלעך "ויסעו" מיט פיקשערס פון שיפלעך וואס האט כא כסליו פענער דערויף,
דער זאל איז אויף אן אינזל?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 18:18 |
|
| |
חוץ רעדן פון קנאה קענען ענק נאך עפעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 19:24 |
|
| |
קווינסער צדיק איך בין דיר עכט מקנא אז די גייסט פארן מיט א שיף, איך טראכט אמת'דיג צו גיין צו ענקער כ"א כסלו, ווייל איך וויל אזוי שטארק הרבן א שיף רייד
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:29 |
|
| |
דאס איז ביי מיר די גרעסטע געלעכטער, ווי די נעבעכדיגע ארונים פרייען זיך ווי אינזערע אויגן קריכן ארויס פאר קנאה פון זייערע שיפלעך מהודרת, כא כא כא
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:31 |
|
| |
פארפאלן, אסאך מענטשן גייען קומען נאר וואגן די שיפן, און ענק פלאצן פארוואס פאר ענק איזעס נישט איינעפאלן. טו בעד און טו לעיט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 20:58 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 02:30 |
|
| |
What does kuf alef kislev and chol hamoied have in commen? boating!..
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 02:35 |
|
| |
אויפן בילד פון די בעבישע עד "ויסעו" זעהט מען א סיין וואס שטייט ברבבותינו, קוקט גוט וועט איר זעהן אז דער סיין איז אנגעהאנגען אויף די טווין טאוערס, וואס איז נעבעך אומגעקומען א קורצע צייט נאך דעם רב הצעיר'ס אונטערגאנג, דער ברבבותינו איז שוין לאנג אראפגעפאןלן מיט צעהן יאר צוריק, אבער די קינדערלעך געבן נאכנישט אויף
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 03:51 |
|
| |
מיר האבן פרובירט ענק דן צו זיין לכף זכות אז עס קומט פון קנאה... אבער ענקלאזן זיך נישט מוז מען זאגן דעם אמת. עס איז פון איין שטיק שנאה... קענסט מיר מסביר זיין וואס גייט ענק אן אז מיר גייען מיט שיפן? וואו זענט עטס געווען פאריגע מאל ווען מען איז געפארן צו כ"א כיסליו מיט שיפן? איים סארי... דעמאלטס זענט עטס געוווען די זעלבע שונאים....
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 03:54 |
|
| |
| שארטקאט כתב: |  | אויפן בילד פון די בעבישע עד "ויסעו" זעהט מען א סיין וואס שטייט ברבבותינו, קוקט גוט וועט איר זעהן אז דער סיין איז אנגעהאנגען אויף די טווין טאוערס, וואס איז נעבעך אומגעקומען א קורצע צייט נאך דעם רב הצעיר'ס אונטערגאנג, דער ברבבותינו איז שוין לאנג אראפגעפאןלן מיט צעהן יאר צוריק, אבער די קינדערלעך געבן נאכנישט אויף
|
| יעצט זעע איך אז ביסט טאקע א בר מצוה בחור... היסטאריע פון 10 יאר צוריק קען ער נישט.. להוי ידוע: די טווין טאוערס זענען געווען 2 גרויסע אפיס בנינים. נישט קיין ברידזש... און די ברידזש אויפן בילד. שטייט נאך. ביסט שוין אויפגעקלערט יעצט???
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 03:59 |
|
| |
דעמאלס איז געווען דער דינער אין מאנהעטן זענען די מאנהעטענער קינדער געפארן מיט שיפלעך, אבער יעצט איז דאך עס אפאר מיניט פון וויליאמסבורג און ברוקלין, דאס איז בערך אזוי פארן פון וויליאמסבורג צו קראון הייטס מיט א פליגער, אויסער דעם האבן מיר געהאט ראביי גלאנץ אלס אדמיניסטראטער, און ער האט זיך געלאזט באצאלן רבבותינו מכספינו כחול הים פאר דעם דזשאוויץ סענטער און פאר די שיפלעך, און דערנאך האט דער נייער רב געדארפט שאפן 12 מיליאן דאלאר צו דעקן די חובות וואס דער גנב האט אנגעמאכט,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 04:35 |
|
| |
נמחק
_________________
תוקן על ידי אייזענבאך ב- 28/11/2010 04:37:47
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 05:45 |
|
| |
די עולם פארט אויפן שיף

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 28/11/2010 21:57:26
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2010 08:01 |
|
| |
זאגט מיר איינער, זיינע קינדער האבן אים געמיטשעט צי פארן אויף די רייד מיטן שיפל, נו פארוואזשע נישט, האט ער אזוי געווארט אין די ביטערע קעלטן כמעט א שעה ווי לאנג די גליקליכע שיף איז ערשינען, צים ענדע איז ער געפארן מיטן באס...
_________________
|
|
|
|
|