מענטשן האבן נאך אלץ נישט די ווערטער מ'איז נאך נישט ארויס פון שאק וואס דא איז פארגעקומען, ס'וועט נעמן א לאנגע צייט ביז מ'וועט באגרייפן, וואס דא איז געשען א כולל ערב ובוקר פון איבער 50 טייערע אינגעלייט, טעגליכע שעורים קבועים פאר צענדליגער בע"ב, א בית הוראה יעדן צופרי פאר הונדערטער שואלים, חברה משניות יעדע נאכט פאר זקנים חשובים, א מקוה טהרה יעדן טאג פאר הונדערטער אידן, א חברת תהילים יעדן שבת פאר צענדליגער תינוקת של בית רבן שאין בו חטא, און א שול צום דאווענען פאר אידישע קינדער.
בעוה"ר האט דער שטן נישט סובל געווען אזא מקום קדוש ומוקדש לתורה ועבודה וגמ"ח, און געשיקט זיינע שלוחים און ליידער מעשה שטן הצליחו, זיי האבן געטריי אויסגעפירט זיין שליחות - צו די גרויסע פרייד פון די קליפה – ולדאבון לב פון ערליכע אידן בכל מקום שהם.
אויסער זייער בלינדע שנאה מיט נקמה איז א חידוש וואס זיי האבן דא געוואלט, ווייל איינמאל זיי האבן גע'ארדערט קאנטעמפט און דאס באקומען, זענען זיי אליינס שוין אויך נישט ביכולת דאס אראפצונעמן. אפילו די ווילידש זאל היינט געבן א סייט פלען דארף נאך אלץ בית יואל אריינגיין אין קארט צו רעליסן דעם קאנטעמפט וואס איז א פראצעדור פאר זיך, דער גאנצער קאנטעמפט האט דא ניטאמאל געדינט אלס מיטל צו צוואונגען בית יואל אויף סיי וואס, בית יואל האט במילא נישט קיין אויסוואהל פון צוויי ברירות, די מוסרים מיט זייער בעסטער ווילן קענען גארנישט מער ארויסהעלפן בית יואל פינעם יעצטיגן פלאנטער, ווי זיי אליינס, יעצט איז בית יואל שוין נישט בלויז אין א סכסוך מיט א שכן, יעצט זענען זיי אין א לעגאלע פראבלעם וואס דאס קען מען נישט שליכטן ביי דין תורה.
ווען בית יואל זאל ווען געהעריג קלאגן די מרימי יד נאך אין תשס"ד ווען זיי האבן די ערשטע מאל פארלעצט דעם פסק פונעם שופט וואס זיי אליינס האבן אריינגעטראגן שלא ברשות בי"ד, ביים צונעמען בית יואל'ס איזמענט רייטס (וואס דער שופט האט זיי דעמאלטס טאקע געצוואונגען צוריק אויפמאכן דעם סוער און פאלגן וואס זיי האבן זיך אליינס באשטעלט תשנ"ה שלא ברשות בי"ד) וואלטן זיי דאן פארלאנגט קנסות אין א געהעריגע קעיס, וואלט זיך יעצט נישט איבערגעשפילט די זעלבע זאך, יעצט האט דער שופט יא אפגעווארפן דער פארלאנג פאר קלעריפיקעישן.
ס'איז געווען א קידוש השם ווען דער שופט האט טאקע דאס מאל געפרעגט ביי די הירינג מאנטאג פרשת נח תש"ע, פארוואס מ'מאכט זיך נאריש מיט א קלעריפיקעישן און מ'נעמט נישט א עיקול מיט א סאמענס פאר א נייע קעיס אויף א שכן וואס פארלעצט איזמענט רייטס וואס איז א געזעץ פאר זיך, און האט מער שאנסן ווי דער קלעריפיקעישן, בית יואל האט אבער נישט געזוכט קיין נייע קעיסעס אינעם ערכאות של עכו"ם.
(במאמר הנסגר, ווער עס איז געווען דער קלעגער תשנ"ה שלא ברשות בי"ד דאס האט שוין דוד עקשטיין אונז קלאהר געמאכט ביי א געריכט פארהער אין תשס"ד ווי ער ענפערט פארן שופט אויף זיין פראגע צו ער איז געווען אינוואלווד אין די ערשטע קארט קעיס תשנ"ה אקעגן בית יואל, וואס די אומפארשעמטע ענטפער פון דוד עקשטיין איז געווען יא, (אין קארט קען מען נישט זאגן קיין ליגענט..)
דאס גערעדאכטס וואס האסטו מורא צו גיין לפנים משורת הדין אויב איז עס באמת דייןס וועסטו דאך במילא געוואונען, דאס איז קינדיש גערעדט, ס'נישטא אזא סגולה ביי א דין תורה.. ווער רעדט נאך היינט מיט די טוענים וד"ל, אבער דאס אלעס איז נאר לפנים משורת הדין, בית יואל איז נאך אלץ גרייט צו זען זייער רשות בי"ד און גיין צו דין תורה ווי די הלכה איז,
אבער כ'וויל קלאהר מאכן אז לפנים משורת הדין וועט בית יואל נישט גיין, זיי וועלן ענדערש ווארטן 5 יאר מיט א צוגעשפארטע ביהמ"ד אבער דאס פלאץ זאל בלייבן א ביהמ"ד ווי איינשטעלן לפנים משורת הדין דאס פלאץ פון א ביהמ"ד זאל ח"ו פארוואנדעלט ווערן צו א -קרעטשמע- פאר ר -אהרן טייטעלבוים-.