|
|
| נשלח ב-29/11/2010 22:47 |
|
| |
די שפיציגע חידושים וואקסן ארויס פון קאנטראל
די אהרוינים קענען נאר דרייען מיטן פינגער און "מחדש" זיין, אמאל איז די חידוש א איסור מסדר קידושין צו זיין אן דעם רשות פונם ע"ה. דערנאך איז דאס א היתר צו בויען א סוכה בעצם יום טוב בריש גלי וכו'.
יעצט האבן זיי געכאפט ר' זלמן לייב מיט א געוואלדיגער איסור פון טאנצן ביי א הכנסת ספר תורה בתוך י"ב חודש פון זיין מאמען (זיי האבן פארגעסן אז דער ע"ה האט געטאנצן מיט מוזיק בתוך שלושים פון זיין טאטען וואס אויף דעם איז נישט דא קיין שום היתר, אבער לאמיר פארקוקן). קומען די חסידים פון ר' זלמן לייב און זיי צייגן אן אז דער ע"ה האט געטאנצן אין לאנדאן ביי א הכנסת ספר תורה בתוך י"ב פונם מאמען... ווערט נולד א חידוש נפלא ונסתר "א אמעריקאנע המצאה" אז די איסור איז נאר אויפן טאנצן אהין און צוריק, משא"כ ר' אהרן האט געטאנצן אויף איין פלאץ (אויך א שקר, אבער לאמיר פארקוקן)...
גייט אריבער עטליכע טעג און די אהרוינים פארגעסן שוין פון זייער חידוש אז טאנצן אויף איין פלאץ מעג מען און זיי קומען שוין ווייטער צו גיין מיט די געוואלדיגע עבירה וואס ר' זלמן לייב האט געטון אזאש ער האט געטאנצן כ"א כסלו... קומען די זאליס און ענטפערן קוק דיך אין שפיגל דיין רבי האט דאך געטאנצן ומה לך להתלונן (איך פארשטיי נישט פארוואס די זאליס לייגן נישט ארויף די היתר בכתב)... קומען די אהרוינים צוריק מיט "א פרישע אמעריקאנע המצאה"... טאנצן נישט אנגעכאפט איז מותר... די איסור איז נאר טאנצן אנגעכאפט...
איך האלט אז ס'איז צייט ארויסצוגעבן א שאלות ותשובות "אמעריקע"...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 22:52 |
|
| |
אויפן קליפ וואס זיי האבן ארויסגעגעבן זעט מען נעבעך דעם אמת פארוואס ר' אהרן האט זיך "נישט אנגעכאפט". די לינקע זייט פון די אויבן אן איז גענצליך ליידיג, נישטא וואס אנצוכאפן דארט חוץ עטליכע קינדער.
אין א באזונדערע חלק פונם שו"ת אמעריקע, וועט מען אי"ה דריקן 250 תשובות אויפן פלאפ וואס דער "בית יוסף בדורינו" האט געכאפט כ"א כסלו ווען דער "קליינער ברודער" האט געהאט א גרעסערער עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 23:15 |
|
| |
אויף דיינע אלטע ליגנטס גיי מיר נישט יעצט איבערקייען, אבער אויף די נייע, קודם ברענג מיר א קליפ ווי ער טאנצט, דוכט זיך אז ער האט נישט געטאנצן (אנטשולדיגט, אבער איך בין נישט געווען אין זאל ווען די רבי איז אריינגעקומען, אבער כך שמעתי)
און אפילו אויב האט ער יא געטאנצן, קלער איך אז ס'איז דא היתר בהיות דאס איז געווען משולב מיט א שבע ברכות פאר א אייניקל, האט עס לכאורה דער זעלבער היתר ווי ביי די חתונה
אבער נאך אלעם זאג איך נאך אלץ, לויט ווי איך האב געהערט, ומסברא דנפשי וואס איך האב שוין געטראכט בעפאר, אז לכאורה האט ער נישט געטאנצן
זיי עס מברר
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 23:15 |
|
| |
וועט אין די שו"ת אויך זיין נאר 3 שו"ת אזוי ווי די מעכטיגע באמבע ספר אגלי דבש פינעם בן ארבעים לבינה ?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 00:24 |
|
| |
נאר פאקטן 1) אין לאנדאן איז ער נישׁט געטאנצן אויפ׳ן פּלאץ, ער איז נאר געשׁטאנען מיט די ס״ת אויפ׳ן פּלאץ
2) בּיים סעודת הודאה איז ער אויך געטאנצן לכּבוד די שׁבע בּרכות, בּיי א שׂמחה פון אייניקל פאלט אוועק אלע הלכות אבילות אזוי ווי בּיי א קינד, ווען ער איז געווען בּשׁנת האבילות נאך זיין טאט׳ן איז ער געבּלבּן זיצן בּשׁעת דער ציבּור איז געטאנצן
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 00:25 |
|
| |
I was there and he didn't dance he was just standing alone! Here is a picture when he came in http://twitpic.com/3avqkv
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|