בית פורומים אידישע געדאנק

א ווארט פון רבינו שליט"א מיט א מוסר השכל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/11/2010 08:26 לינק ישיר 
א ווארט פון רבינו שליט"א מיט א מוסר השכל

צווישען די דברות קודש פון רבינו שליט"א האט די רבי דערציילט עס איז אמאל געווען ווען די רבי זכרונא לברכה האט זיך אויסגעדריקט פאר (איך געדענק נישט וועלכע רב) א חשובע רב, אויף די פראדגע פארוואס י רבי ז"ל איז נישט געבליבן וואוינען נאך די מלחמה און ארץ ישראל, האט די רבי ז"ל געענטפערט ווען איך וואלט געבליבן און ארץ ישראל וואלט איך נישט געקענט אויפטאן פאר אידישקייט סיי און א"י און סיי אמעריקע, ווייל מען וואלט אים דארט אזוי אויסגערודפ'ט, אבער דא אין אמעריקע האט דער רבי ז"ל ווייטער געזאגט האט מען ב"ה געקענט אויפשטעלן סיי דאהי אין סיי און סיי אנפירן די מערכות אויף ארץ ישראל קעגן די ציונים.
עכ"ל כ"ק רבינו שליט"א בשם רבינו הק' בעל ויואל משה זצוק"ל.
איך האב געטראכט אז היינט צוטאגס קען מען די זעלבע זאך איבער זאגן.
שטעלט אייך פאר ווען די רבי שליט"א כ"ק אדמו"ר מורינו הרב יקותיאל יהודא שליט"א וואלט געבליבן וואוינען אין ארץ ישראל, עס וואלט ח"ו צוגרינד געגאנגען די גאנצע הארעוואניע פון אונזערע רבי'ס בעל ויואל משה און ברך משה, עס איז נישט צום גלויבען וואס פארא חסד דער אייבירשטער האט מיט אונז געטאן אז די רבי שליט"א איז ווידער אהערגעקומען דא און אמעריקע אזוי איז פארזיכערט געווארן אז די ירושה פון אונזערע הייליגע רבי'ס זענען ב"ה און גיטע הענט, אונטער א תורה'דיגע אויטאריטעט, ווערט ווייטער אנגעפירט די מלחמות אקעגן די פארשאלטענע ציונים, יא אוודאי זענען דא אסאך וואס לאכן פון אונז, איז דען אבען בחייו רבינו הק' זי"ע נישט געווען אזעלעכע וואס האבן אלץ געטראפן אויף וואס אפצושפעטן אויף סאטמאר?
סאטמאר איז אלץ געווען דאס ציהל ברעהט און וועט ווייטער זיין, און מיר וועלן ווייטער גיין אויף די וועג וואס אונזערע רבי'ס האבן אינז געלערנט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א ווארט פון רבינו שליט"א מיט א מוסר השכל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext