כ'זעה נישט דיין גרויסע ניצחון לאמיך קלארשטעלן די פאקטן אין מציאות האט זיך גארנישט געטוישט בנוגע די טיר זייט זיין טאטע ז''ל האט איבערגנומען די רבנות ווען זיין טאטע וואלט געצינדען אין קרית יואל וואלט ער פינקט אזוי נישט געקענט צינדען ביי יענעם טיר אויב וויל ר' אהרן צינדען דוקא אויף מזרח איז דא גענוג טירן ווי ער זאל קענען צינדן
ס''ה האט זיך איין זאך געטוישט די ווערצהויז אין פארשפארט דורך א קאונטע קלעים פין זייער ערכעות (יא כ'ווייס אז דא ספינט מען אז עכט איז קהל געגאנגען אין קארט אבער אין מציאות וואלט קהל געדארפט עפענען א קעיס אין דאס לכה''פ האט זיי בית פיגא פארשפארט) אין צו טרייסטן מאכט מען א מעשה כאילו די גאנצע מערכה איז געווען וועגן די מנורה, אין אויף דעם איז בני פיגא אריין אין קארט פריידטס ענק מיט ענקער ניצחון...
נשלח ב-2/12/2010 19:46
זעט אויס זיין טאטע איז געווען צופרידן צו צינדן ביי א געהעריגע טיר,און האט נישט געהאלטן אז די גאנצע וועלט דארף זיך בוקן צו אים, און דער בן שוטה האט זיך יא איינגערעדט אז די גאנצע וועלט וועט נאכקומען זיינע משוגעת'ן, און דא איז אים עס נאכנישט געלונגען.
נשלח ב-2/12/2010 21:20
KJ כתב:
זעט אויס זיין טאטע איז געווען צופרידן צו צינדן ביי א געהעריגע טיר, און האט נישט געהאלטן אז די גאנצע וועלט דארף זיך בוקן צו אים, און דער בן שוטה האט זיך יא איינגערעדט אז די גאנצע וועלט וועט נאכקומען זיינע משוגעת'ן, און דא איז אים עס נאכנישט געלונגען.
just to set the record straight
זיין טאטע איז געווען דער וואס האט תובע געווען דעם הויז אין שנת תשנ"ד אין קארט, ר' אהרן האט בלויז זיך פארטיידיקט אלס נתבע, מיינט דאך דאס אז דער טאטע איז געווען דער וואס האט אזוי שטארק געוואלט די מזרח וואנט, דער זוהן איז מיט געוואלד אריין געשלעפט געווארן, ד"מ יפה כח הבן מהאב
שנית, קען זיין אז ר' אהרן האט טאקע נישט די מזרח וואנט, אבער last time i checked, האבן די אנשי הרביצין פארלוירן די מזרח מערב צפון דרום ווענט, דאך, ערד, שטיגן, און וואס נישט, ולשמחה מה זו עושה? אויב פארלירן 1 וואנט וואס ער האט לעולם קיינמאל געהאט איז אזא שרעקליכע פארליסט, מה נענה ווען איינער פארלירט אלע ווענט, וואס ער האט נעכטן געוואוינט אין,
נשלח ב-2/12/2010 21:28
אוי טאטענ'יו דאס טוט וויי!
נשלח ב-2/12/2010 21:30
איך האב געמיינט משה גבאי האט תובע געווען???
סקאטמאלען כתב:
just to set the record straight
זיין טאטע איז געווען דער וואס האט תובע געווען
נשלח ב-2/12/2010 22:07
וואס הייסט, משה גבאי האט געוואלט צינדן ביים מזרח וואנט? א פשוט'ע בעה"ב א גבאי זאל צינדן אין ביהמ"ד פאר חסידים? הישמע כזאת?
נשלח ב-3/12/2010 00:13
רבותי, די פייער פון ר אהרן'ס נישט-מזרח-וואנט-מנורה האט אנגעצינדן אלע ארוני היידפארק שרייבער ווי די מיטל מזרח וואלד-פייער....... זיי ברענען און שיסן, יעדער זאגט עפפעס אנדערש, אבער איך וואונדער זיך וואס איז באמת דער ווייטאג אונטער'ן פירהאנג פון אלע שלייערן....
נשלח ב-3/12/2010 07:07
ווער זאגט אז עס איז ווייטאג? עס איז ליצנות פון ענק אליין! ענק נעמען דעם עיקר(פארוואס מען האט פארשפארט די רעביצין) און מען פארוואסערט עס. און מען נעמט א נארישע טפל שבטפלים(וואס וואלט גראדע נישט שלעכט געווען) און מען מאכט דאס פאר א עיקר. און פון דעם לאכט מען. נעם דיר אריין אין קאפ: לאכן איז נישט שעלטן
נשלח ב-3/12/2010 08:06
הא? די פרעגסט פארוואס מען האט פארשפארט דעם בית המדרש? ווייל דער סבלן איז דאס געזיצן אויפן הינער אויג. קען זיין עס האט אים געשטערט די קאקאש קעיק, אדער אז די צוואה פונעם רעביצין ע"ה אויף וועם ער אליין האט אלע יארן מלחמה געהאלטן קעגן איר. אלע יארן האבן די ארונים געזיכט צו צאפן דאס בליט פון איר, נאר פאר די איינע סובה צו קענען אוועקנעמען איר אייגנטום.
נשלח ב-3/12/2010 08:20
יאנקל און פריינדליך, וועם ווילט איר דא פארקויפן באבקעס? אלול תשס"ט האבן די אהרונים געגעבן א אפפער פאר די רעבעצינס מענטשן, אז אויב געבן זיי איבער א שטיבל מיט א בית כסא פאר דעם עם הארץ, דעמאלטס לאזן זיי זיך אפ פון אלע קלאגעס און מערכות קעגן דעם שול. און יעצט אז עס איז נישט געלונגען דרייט מען צוריק דעם דאטשיק אז דאס איז בכלל נישט געווען דער ציהל, דער ציהל איז בלויז געווען צו טון א טובה פאר די נשמה פון די רעבעצין און ארויסווארפן די קאקאש קעיק פרעסערס פון איר דירה.
נשלח ב-3/12/2010 12:13
א מקום וואס איז געווען א מושב ליצים פאר נידריגע עלעמענטן און פרעסער'ס, דורכגעטריבענע פארפוילטע לייט פונעם סאמע נידריגסע אפפאל פון כלל ישראל, איז א הייליגע פליכט אפצושפארן!
פרעגט'זשע נאר פאר אביסל עלטערע אידן (וואס געדענקען נאך די שווערע צייטן, נישט די היינטיגע יונגעלייטלעך), וויפיל רשעות און אכזריות איז ארויס פון דעם דירה-ביהמ"ד (רופט עס וויאזוי איר ווילט).
נשלח ב-3/12/2010 14:51
ספרינטער כתב:
הא? די פרעגסט פארוואס מען האט פארשפארט דעם בית המדרש? ווייל דער סבלן איז דאס געזיצן אויפן הינער אויג. קען זיין עס האט אים געשטערט די קאקאש קעיק, אדער אז די צוואה פונעם רעביצין ע"ה אויף וועם ער אליין האט אלע יארן מלחמה געהאלטן קעגן איר. אלע יארן האבן די ארונים געזיכט צו צאפן דאס בליט פון איר, נאר פאר די איינע סובה צו קענען אוועקנעמען איר אייגנטום.
ווער זאגט אז עס איז נישט געזיצן אויפן הינער אויג? און דאס האט מען אויסגעפירט! סאיז פארשפארט! אבער עטס מאכטס א מצב אז ער האט עס געוואלט כדי ער זאל דארטן צינדן...
און וועגן א שטיבל ביסטו גערעכט. דאס האט מען (דערווייל) נישט אויסגעפירט
און וועגן די פרשת רבעצין און ווער עס האט אנגעהויבן די מחלוקה וועלן מיר א צווייט מאל רעדן. אבער איך זעע אז דו שרייבסט עם הארץ אויך. זעע איך אז דו מיטן מציאות זענען כרחוק מזרח ממערב סא דארף איך שוין נישט ווייטער רעדן. סאיז א שאד די צייט