בית פורומים אידישע געדאנק

בקשה צו ר' אהרן: געב ארויס דעם מאכיל נו"ט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2010 04:19 לינק ישיר 
בקשה צו ר' אהרן: געב ארויס דעם מאכיל נו"ט!

א סקאנדאל שאין דוגמתה! "סאיז נבילה, נבילה דאורייתא!!!

א הימל שרייענדע פאסירונג האט זיך אפגעטאן דעם פארלאפענעם חודש אלול, אין איינע פון די בתי השחיטה אין ניו יארק.

א שוחט, האט מחמת פוילקייט / פארנאכלעסיגקייט, מאכיל געווען נבילות וטריפות פאר הונדערטער אידן! יא, ליידער פרשת פינקל האט זיך איבערגעשפילט במלוא המובן. פינקל האט כאטש געהאט א שטארקן יצר הרע צו פארדינען געלט, בעת דער שוחט האט ניטאמאל דאס געהאט.

וגופא דעובדא הכי הוי (איך שרייב לויט ווי כהאב געהערט פון געוויסע מקורות, וואס טייל עולם דא וואלט זיך געשוואוירן אז דער קוואל איז קראנט ביז גאר):

אבער קודם א קורצע הקדמה:

מאז היתה ישראל לגוי, פון ווען אידן האבן מקבל געווען די תורה ביים בארג סיני, איז איינע פון די עלעמענטארע יסודות פון כלל ישראל, צו עסן נאר כשר'ס. "כשר הייסט כשר!" (אויך פונעם א.ד. מקור...). א בעל חי, מעג מען נאר עסן דערפון אויב איז עס געשאכטן כהלכה. הלכות שחיטה, נעמט אריין זייער אסאך דינים.

איינע פון די גאר וויכטיגע הלכות אין שחיטה איז, אז דער סכין מיט וואס מען שעכט, זאל נישט זיין פגום. אויב האט מען געשאכטן מיט א סכין פגום, איז די שחיטה גאר נישט ווערט, פארקערט, די בהמה ווערט א נבילה ממש. דערפאר, איז איינגעשטעלט זעלבסטפארשטענדליך א סיסטעם ביי אלע בתי שחיטה, מסתמא פון ווען דער באגריף עקזיסטירט, אז יעדער שוחט איז זיך בודק זיין מעסער בעפארן שעכטן.

איז אבער דער פראבלעם, אז זייער אסאך מאל ווערט די מעסער פון זיך אליינס שטומפיג, אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדע שחיטה. דערפאר פארלאנגט די הלכה, מען זאל כסדר בודק זיין דעם מעסער. איך בין נישט באקאנט פונקטליך ווי אפט מען דארף בודק זיין, אבער מסתמא האט יעדע קהילה און שחיטה זייערע סטאנדארטן.

וואס געשעט אבער, אז מען איז בודק, און מען טרעפט אז טאקע דער מעסער מיט וואס מען האט געשאכטן די לעצטע האלבע שעה לדוגמא, איז געווען פגום? פארלאנגט די הלכה, וויבאלד א גאנצער עוף פסקנען מיר הייסט א חתיכה הראוי להתכבד, ווערט עס נישט בטל אפילו עס איז אויסגעמישט געווארן מיט זעכציג מאל אזויפיל כשרע עופות, און אלעס ווערט אסור. במילא, דארף מען אוועק ווארפן, אדער פארקויפן פאר א גוי, די גאנצע תערובות.

פארשטייט זיך, אז יעדע בית השחיטה וואס ווערט געאפערעיט דורך ארטאדאקסישע אידן, אפילו מיט קליינע קאפלעך און טשופיקעס, איז מקפיד אויף דעם.

יעצט קום איך צו צו די שערוריה. דעם פארלאפענעם חודש אלול, האט א שוחט אין איינע פון די היימישע בתי השחיטה אין ניו יארק, אין א שיינעם פרימארגן געשאכטן זיין געווענליכע שיפט. ביני לביני, באמערקט ער אז זיין מעסער איז פראבלעמאטיש. א דערנעבנדיגער שוחט - קאלעגע, האט אויך אזוי געהאלטן אז עס איז פגום. שפעטער איז אנגעקומען דער בודק סכינים, און אויך געהייסן אראפלייגן דעם מעסער.

דא, האט אבער פאסירט דאס אומגלויבליכע: די דריי (2 שוחטים און איין בודק), האבן אנשטאט איינמעלדן פארן משגיח איבער די פאסירונג, וואס יענער וואלט כמובן געהייסן ארויסווארפן דעם גאנצן תערובות, געגאנגען און געמאכט א קנוניא! זיי האבן אפגעשמועסט צווישן זיך, נישט צו דערציילן פאר קיינעם העכער זיי אין ראנג, נאר אנשטאט געלאזט דעם טשעין פארן ווייטער, און: "יאכלו ענווים וישבעו!"

ווילט איר אוודאי וויסן, וויאזוי מען איז ארויפגעקומען אויף דעם סקאנדאל? איינער פון די שוחטים, מסתמא אן אהרוני, האט אנגעהויבן שפירן געוויסן ביסן, און איז געקומען צו זיין רבין ומורה דרך, ער זאל אים געבן א תשובה אויף דעם חטא פון מכשיל זיין הונדערטער אידן מיט נבילה דאורייתא. זיין רבי האט אים מסתמא געגעבן א תיקון תשובה כדרכם של הרביים.

שפעטער, ביי א מסיבה אין מאנרא פאר די דארטיגע מוסדות, האט דער רבי, אין א פראוו צו אילוסטרירן דעם שוואכן מצב הכשרות, פארציילט די פאסירונג ברבים. און פון דארט איז די גאס געוואר געווארן דערפון.

איצט, קאכט די חרדישע גאס, יעדער איינער רעדט פון די מעשה.

אזוי, זייענדיג דן איבער די מעשה, האט זיך געשטעלט א ערנסטע פראבלעם אויפן טיש פון די רבנים שליט"א.

לויט די הלכה, טאר מען פון די שחיטה פון אזא שוחט נישט עסן. דאס הייסט א ריכטיגער "טבח שיצא טריפה מתחת ידו". וואס על פי הלכה איז דאס זייער הארב.

די רבנים שליט"א, האבן אריבערגעשיקט א דרינגענדע ווענדונג צו דעם א.ד. רבי'ן, ער זאל למען השם ארויסגעבן פאר די רבנים דעם נאמען פון דעם שוחט, כדי מען זאל וויסן נזהר צו זיין.

לויט ווי א ווארטזאגער פאר די רבנים דריקט זיך אויס, איז צו ערווארטן אז דער רבי, וואס טוט אגב זייער אסאך פאר כשרות, וועט נאכגעבן זייער פארלאנג, ווייל די שאלה איז לכו"ע אסור, און אויב דער חשובער רבי שליט"א טוט אזויפיל פאר כשרות, און זוכט זייער מהדר צו זיין אפילו אויף זאכן וואס איז געהעריג מותר, וועט ער זיכער צולייגן א פלייצע צו ראטעווען כלל ישראל פון א מכשול.

ונזכה ונחי' וראה.

------------------------------------------------------------


אגב, ברויך צוגעגעבן ווערן, אז דאס וואס געוויסע בתי שחיטה האט צוגעשטעלט נאך א בודק סכינים, כלומרשט צו לינדערן דעם פראבלעם, איז א ריינער ביזנעס באשלוס.

די מענעדזשמענט דארט האט זיך געכאפט, אז ווי אפטער מען איז בודק דעם מעסער, אלס ווייניגער פאסירט אזאלכע מעשיות. ווייל אפילו אויב מען טרעפט א פראבלעם, איז עס נישט קיין רעדע פון צופיל עופות, וויבאלד מען כאפט תיכף דעם פראבלעם. מילא האבן זיי געפאסט א באשלוס צו אויפנעמען נאך א בודק סכינים צו מינימיזירן די שאדנס. דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן טאקע מצליח זיין.

פארשטייט זיך אבער, אז אזא מכשול פון דעם קאליבער ה"י, קען דער שריט נישט פארמיידן. ווייל אויב ווילן די 2 בודקי סכינים מאכן אזא ענליכע קנוניא, וועט עס ווייטער נישט העלפן. און סתם אבאכט געבן געווענליך אז ווען עס געשעט אז מען טרעפט א סכין פגום, זאל מען מעביר זיין די שאלהדיגע עופות, פארדעם ברויך מען נישט נאך א בודק סכינים. אלע בתי שחיטה האבן אזא סיסטעם.

תוקן על ידי אומזיסט ב- 03/12/2010 05:19:32




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 04:37 לינק ישיר 

מ'כאפט זיך אליין נישט ווי ווייט ר' אהרן איז היינט מוחזק שקרן.... - נחום ראזנבערג גלייבט מען שוין מער!

עס איז שוין דורך 2 וואכן זינט ר' אהרן האט פארציילט אז עס דריידט זיך ארום א משה פינקל, פשוט, א מאכיל נבילות, (לאמיר נישט אריינגיין אז ער ווייסט ניטאמאל וויאזוי צו שפילן און ער זאגט אז ער ווייסט עס שוין פון אלול...)
און חוץ די גוישע וועבסייטס, רעדט נישט קיינער דערפון, קיין איין רב איז נישט איבערגענומען דערפון, קיינער מאכט נישט קיין עצרת תשובה'ס, קיין יום תפלה'ס, גארניקס!

דאכט זיך אפילו ווען רבי זיידעל קרעטשניפער וואלט עס געזאגט וואלט שוין געווארן מער א ויצעקו!

אפי אין זיין אייגענע קרייז מאכט מען זיך נישט צעטוען דערפון, אנביליוועבעל!



תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 03/12/2010 04:48:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 07:11 לינק ישיר 

אומזיסט, די ווילסט אן ענטפער אדער די ווילסט בלויז ליצנות?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 08:24 לינק ישיר 

דער בריוו שרייבער פון דעם באקאנטן בריוו אדרעסירט צו ר' אהרן וועגן זיין דרשה האט שוין ערווענט די פראגע. אבער קיין ענטפער איז דערווייל נאכנישט געקומען.
 
דייקן, וועם פרעגסטו צו דאס איז ליצנות, ר' אהרן צו דעם שרייבער אומזיסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען ביידע לצים. ר' אהרן מיטן פארציילן דעם סיפור פון חודש אלול, און דער שרייבער אומזיסט פארן אזוי גוט צולייגן דאס ליצנות פון ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 16:54 לינק ישיר 

דייקן כתב:
אומזיסט, די ווילסט אן ענטפער אדער די ווילסט בלויז ליצנות?

_________________




איך וויל נישט גארנישט, בלויז שטעלן די זאך אין ריכטיגן פערספעקטיוו. אז דו קענסט מסביר זיין די זאך אנדערש, צי מכח דו ביסט מחולק אויף די פאקטן, צי סתם אנקוקן די זאך פון אן אנדערן פוינט אוו וויו, דאן טו עס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 18:05 לינק ישיר 

די מעשה האט פאסירט אין חודש אלול, דער שוחט האט תשובה געטון אין חודש תשרי דעריבער האט די הייליגע רבי נישט ארויסגעגעבן זיין נאמען.

אף על פי שחטא ישראל הוא



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בקשה צו ר' אהרן: געב ארויס דעם מאכיל נו"ט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext