וועליכע קינדער האבן א פחד ביים גיין נאך געלט אין ק"י?
אין ווער איז גאר די עקסטרעמיסט ?
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אביסל וועגן די פעינט בראש מיט וואס מהאט אפגעסטעמפעלט די זאליס אין די ב"י אלטץ עקטרעמיסט'ן וואלט איך גענימען נאך א זאך וואס איך האב אויף געכאפט דעם שבת ווען איך האב געהערט ווי א טאטע פארציילט וואס זיין קינד האט געהאט ווען ער האט בטעות אריין געקלאפט נאך געלט ביי אן ארוני'ס טיר.
ווי יעדער ווייסט שיקן אלע מוסדות ארום די קינדער צי גיין נאך געלט אין די ימי חנוכה וואלט איך געוואלט דא אויסשמיסען אביסל די ענין אין ק"י ווי יעדער ווייסט איז היינט צי טאג דא דריי מוסדתער אין ק"י וואס שיקן ארום זייערע קינדער נאך געלט לאמיר גיין א טריט ווייטער יעדער מענטש וויל אז ווען ער געט שוין די פאר צענט פאר צדקה אז סזאל גיין פאר די מוסדות וורס ער שיקט די קינדער אדער ווי ער האט א געפיל צי אלטץ פארטיי אדער אנדערע סיבות סאיז נאר א נארמאלע זאך אבער לאמיר גיין איין טריט ווייטער וואס געשענט ווען א אימשילדיג קינד וואס לערענט אין א חדר וואס זיין טאטע מאמע האבן עם געשיקט לערנען דארט גייט ארום פאר זיין חדר נאך געלט אין ער טרעפט צי זיין שלעכט מזל אן א הויז ווי דארט גלייכט מען נישט די חדר ווי זיין טאטע האט עם געשיקט לערנען קימט זיך עם אז מזאל אפחוזק'ן פין עם אין פראט פין אלע קינדער וואס זענען ציגעלאפן ווען מהאט אויפגעמאכט די טיר ? אין די זעלבע זאך ביים מענטש וואס מאכט אויף די טיר אין טרעפט דארט אן א קינד מיט א ביכל אדער אפישקע וואס ער געלייכט נישט וואס טיט ער דעמאלטץ? נארמאל וואלט געווען אז מזאל ח"ו נישט פארשעמען דעס אימשילדיג קינד וואס פאלגט שיין זיינע עלטערן אין גייט אין די חדר וואס זיי האבן עם געשיקט לערנען אין גייט נאכך געלט פאר זיי אין דער מענטש וואס ג'לייכט נישט יענע מוסד זאל געבען אפאר פרוטות פארן קינד ער דארף נישט געבן וויפיל ער וואלט געגבען פאר קינד פין אזא מוסד וואס סאיז לויט זיין געשמאק ער דארף נישט מורא האבן די מוסד וועט נישט רייך ווערן מיט די פאר צענט וואס ער געט פאר דעס קינד.
אבער יעצט קימט א גרויסער "אבער" אז אין ק"י וועלן נאר די קינדער פין די ארונים נישט מורא האבן ארום צי גיין נאך געלט ביי אלע הייזער אפי' דארט ווי סאיז באקענטע זאליס אין באקאנטע ב"י זיי וועלן קיינמאל נישט באקימען קיין פסק אדער א שטעך ווארט פין איינעם דארט יא זיי ועלן לוכאורה נישט באקימען קיין קוואדער אפשר נאר א דיים אבער נישט קיין בושות.
אבער די קינדער פין ויואל משה אין בני יואל וועלן יא זיין אויסגעשטעלט צי עכטע בזיונות אין בושות געוואדן ווי א שטארקע ארוני ער טרעפט אן צי למשל ביי די טיר פין ה. וו. שטייט יעדעס יאר א צעטיל אז די חברה זאלן אפי' זיך נישט וואגן צי קלאפן אויף די טיר (וואס בדרך אגב איז עס טאקע בעסער פארן קינד ווען ער שליגט אראפ די בישה ביי א פארמאכטע טיר נישט אין פראנט פין מענטשן) איך גיי נישט אריין די געפערליכע עבירה פינעם פארשעמן א אימשלדיג קינד פאר די שרעקליכע עבירה אז זיינע עלטרען האבן עם אריין געשיקט לערנען אין אזא חדר וואס סאיז נישט צום געשמאק פין דעם מענטש (אויב איינער וואס קען דעס טיען פאר א קינד איז בכלל בגדר מענטש) וואס ווילסטו די רוצח פין דעס קינד וואס יעדער ווייסט איז א קינד אסאך מער סענסעטיוו צי אזאליכע זאכן געב עם א פעני א ניקל אדער גאר זאג עם די האסט נישט יעצט אבער בושות! איבערהויפט נאך פין די רוצחים די מהדרין מין המהדרין וואס טיען עס נאך אין פראנט פין די אייגענע קינדער כדי אריין צי געבען די ריכטיגע חינוך אין די קינדער דעס צי בשרייבן וועל איך לאזן פאר ערליכערע מענטשן ווי מיר אין אזוי אויך די וואס האבן א בעסערע פעדער ווי מיר.
איך וועל נאר אנריערן א אנדערע זאך נישט פארגעסן דער זאלי אדער בני יואל וואס ווארפט אריין די פאר צענט פאר UTA קינדער ער איז גאר די "עקסטרעמיסט" אין דער רוצח אין חיה רעה וואס קען נישט געבן די פאר צענט אין קען אפי' נישט זאגן פאר'ן קינד איך האב נישט יעצט צי געבן נאר ער מיז נאך צאפן אביסל בלוט פין דעס שעפעלע דער איז גאר די "נארמאלע מענטש" אין נארמאלע מענטשן זאגן עס נאך נאך אין קענען עס דא ארויף ברענגן אויפן פארום אז די זאליס מיט די ב"י זיי זענען די עקסטרעמיסטן איז די ארוני איז דער נארמאלע מענטש!!!!!
בין איך גערעכט?
תוקן על ידי ווער_איז ב- 05/12/2010 19:40:26
תוקן על ידי ווער_איז ב- 05/12/2010 19:57:19
נשלח ב-5/12/2010 19:47
ווער_איז סקימט דיר א מאדעל סאיז גיט נאך מער מטראכט אריין ווי אזוי דעס קינד פילט זיך דעמאלטץ ווער קען זיך פארשטעלן די פנים פינעם קינד די אימשלידיגע טרערן וואס ער האט אפי' מזעט עס נישט אן
ס'איז חנוכה ביינאכט, מיר הערן א קלאפ און טיר, כ'גיי צום טיר שטייען דארט דריי קינדערלעך מיט א צדקה בוך פאר די מוסדות יו טי עי אוו קעי דזשעי. צדקה!!! צדקה!!! שרייען די קינדער אויס. מיין הארץ קוועלט, ס'איז נאך דא האפענונג, אידישע קינדערלעך גייען נאך צדקה, דער זכות פון די מצוה וועט אוודאי ביישטיין אז די קינדערלעך וועלן אויסוואקסן מיט דרץ ארץ מצוות און מעשים טובים. איך נעם שנעל ארויס גענוג געלט צופרידן שטעלן די קינדער יעדער לויט זיין עלטער. נו מילא! ס'איז נישט מיין מוסד, מילא! מיר ליידן זיך צוזאם פון די רשעים וואס בעלי בתי'ווען דארטן, אבער ביי אונז אין סאטמאר האט מען דאך געלערנט אז געלט געבן (נישט נעמען) שניידט אדורך אלע מחנות, אלע קרייזן, סגייט גלייך פון איין אידיש הארץ צום צווייטן. איך געב איבער די "צדקה געלט" פאר די קינדער און דרייי זיך אויס צו פארמאכן די טיר. און מיינע אויער קלונגען שוין די שעמעוודיגע "תזכה למצוות" וואס איך בין אזוי געוואוינט צו הערן פון די ב'חן'טע קינדערלעך ווען זיי גייען נאך געלט. פלוצלינג....! א געשריי! ווי אין א קאאר הער איך בני יואל פוי!! בני יואל פוי!!! בני יואל פוי...!!!! מממממ פון ווי זענען א פרישע חברה ארויסגעוואקסן פרעג איך צו מיר זיך אויסדרייענדיג? כ'גיב א בליק און דער ריעאליטעט פונעם פארפוילטן חינוך אין יו טי עי אוו קעי דזשעי פראסקעט מיר אין פנים אריין.... כדריי מיך צוריק אויס, כ'מאך צו די טיר און פון מיין מויל קומט ארויס דער פסוק ברוך הוא אלקינו שהבדלנו מן התועים.....!!!!
ווען איך בין געווען א יונג בחור'ל, און איך פלעג ארום גיין נאך געלט, דאס מיינט אנהייבן די נ' יארן, ווען איך בין בטעות אריינגעפאלן צו א בני יואל, האב איך געהאט צו הערן און צו זינגען, קללות נמרצות האט מען נישט געשוינט, צוויי פון די געדענק איך נאך עד היום ווער זיי זענען געווען.
יעצט היינט צוטאגס, ביז בערך א יאר און א האלב צוריק, איז מיין יונגל למשל נישט געלעגן אין פאליטיק, ס'איז אים נישט אנגעגאנגען בני יואל זאליס וכו', ער האט געוואוסט ער האט א רבין און פארטיג, ער גייט איינמאל א יאר פאר די ימים נוראים זיך געזעגענען און שוין.
ממילא ווען א בני יואל איז געקומען צו מיין טיר, פלעג איך געבן ווייניגער ווי נארמאל, אבער געגעבן און געשיקט ווייטער. און דאס איז געווען מיין איך די פאליסי פון זיער אסאך אידן (איך האב מיר נאכעגפרעגט) ווייל למעשה האבן זיי אונז נישט געבאדערט און מען האט כמעט נישט געהערט פון זיי די לעצטע צען יאר
זייט די רעבעצין הויז פרשה, ווען די בני יואל האבן אויסגעלערנט די קינדער זיך אויפצופירן ווי חיות, און אויף מיין גאס ווי איך וואוין איז געווארן א גאנצע אישו די פאליטיק, די בני יואל זענען פארנומען א גאנצן טאג צו שרייען דעם רבינס נאמען מיט א קללה צו די זייט, האב איך געמוזט אביסל פארשטערקערן דאס התבדלות, און ווי פארשטענדליך איז מיין יונגל מיט זיינע חברים אויך געווארן מער אנגעהיצט אויף פארקערט, איז היינט ווען א בני יואל אינגל קומט צו מיין טיר זאג איך אים, אנטשולדיגט, אבער איך געב נישט פאר די מוסד. (מיין אינגל שטייט אין די בעק און זאגט מיר שטילערהייט: טאטי צורייס די ביכל... און איך האב אים מסביר געווען ווען דאס קינד איז אוועק, אברהם אבינו האט געזאגט "הפרד נא מעלי אם השמאל ואימנה ואם הימין ואשמאילה" קוק נישט אויף זיין זייט)
איך האב מיך גערישט אויף אסאך א שענערע געבעקס נישט אזא נארישע
תוקן על ידי דער_אקס ב- 05/12/2010 20:49:28
נשלח ב-5/12/2010 20:56
אומגלויבליך!!! די אהרונים ניצן גאר די "רבעצינ'ס שול פארמאכן" אלס די צייט ווען "זיי" זענען געווארן די נרדפים, ס'איז גאר "זיי" וואס האבן דעמאלטס באשלאסן אז ס'איז ג'ענדיג'ט, מען קען שוין מער נישט אויסהאלטן!! ס'איז צייט צו פארשיקן מיט ליידיגע הענט די קינדער וואס גייען נאך געלט!!!. זעט אויס אז נאך די סידור קידושין פרשה האט שוין זייער סבלנות ממש געפלאצט, נאך אזאלכע טעראריזם פון די בני יואל'ער האבן זיי שוין באשלאסן אז ס'איז צייט צו שיקן זייערע קינדער נאך געלט צו די בני יואל'ער און שרייען בני יואל פוי!! אנשטאט תזכה למצוות. רבוש"ע ווי משוגע מען קען ווערן פון בלויז עסן אריזאנע ווייץ.
נשלח ב-5/12/2010 21:57
וואס האלט דער עולם איך האב שוין לאנג געטראכט ארויף צי לייגן נעמען פין משפחת וואס טיען דעס איז די זעלבע מייט וואס שיקען זייערע קינדער צי אינזערע הייזער נאך געלט פאר זייערע צוועקן אריינגערעכנט די פין א גאנץ יאר וואס לויט ווי די ארוני שרייבט וואלט איך געוואלט וויסן פארוואס לערענט ער נישט אויס זיינע קינדער אדער זיינע עלטערע ברודערס אז זיי זאלן נישט קימען צי אינז אדרבה טייטל אייך אפ אינגאנצן פין אינז אין זיי איז נישט מזכה מיט געבן געלט פאר ענקערע שולעס!
וואס האלט דער עולם זאל מען ארויף לייגן די נעמען ?
אין ווייס פין אפאר נעמען
(איך רעדט נישט פין דעם אז פין די משפחות וואס איך ווייס נעמען נעמען יעדע וואך א פיינעם פעקל פין די שבת פעקליך וואס די פין וועמען מדארף זיך אפטיילן טיילען אויס אבער דעס איז שוין עקסטער)
נשלח ב-5/12/2010 22:00
וואלן לאמיר דיר נאר אויסשמועסן, איך וואין אויך און קרית יואל, און פערצופאל וואין איך ארומגענומען מיט מער ווייניגער ארונישע משפחות, און מען קען זיך אויך אסאך מאל ארומקריגן, אבר מער ווייניגער לעבן מיר זייער זייער גוט, און איך האב נאך קיינמאל נישט געטראכט אז ווייל די קינדער קענען אמאל שרייען אויף מיינע קינדער זאלי, זיי נישט צו געבן, אדרבה אלע מיינע שכנים באקומען פון מיר א שיינע נתינה, לויט זייער פארשטאנד נישט קיין חילוק און וועלכע מוסדות זיי לערנען, פארוואס אריינמישן קינדער און פאליטיק, משא"כ פארקערט האב איך געהערט פון איינע פון מיינשע שכנים וואס שיקט ואיך און ויואל משה, אז געוויסע האבן פאראגעהאלטן זייערס א קינד, איינער האט סתם חוזק געמאכט אן געבן געלט, און איינער האט חוזק געמאכט מיט געבן א נדבה וואס איז געווען ווייניג לויט די קינדס פארשטאנד,
נשלח ב-5/12/2010 22:53
צו איז אפשר שייך דא פאר איינעם צו פארשטיין געבן אז די טענה קען גאר זיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער אין בני יואל/ויואל משה?.
לשיטת חסידי מהר"א זענען די מוסדות גע'אסר'ט, און לויט דעם סברא מוזן זיי נישט אדער אפילו טארן זיי נישט שטיצן יענע מוסדות. אצינד, ווען א קינד פון איינע פון די מוסדות גייט נאך געלט צו איינעם מחסידי מהר"א, האט ער לשיטתו די פולסטע רעכט אים נישט צו שטיצן. מעגליך אז מ'דארף זיך שענער אויפפירן צו די קינדער וועלכע זענען לכאורה אומשולדיג, אבער קיין טענות קען מען אויף אים זיכער נישט האבן, וויבאלד ער האלט אז מ'טאר זיי נישט שטיצן.
די טענה דארף איידער גיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן זייערע קינדער אין יענע מוסדות, און צוליב זיי ווערן זייערע קינדער אויסגעשטאט צו ווערן געטשעפעט.
אן עצה טובה פאר די עלטערן פון די קינדער פון די מוסדות, אז זיי קענען צוזאמשטעלן א ליסטע פאר זייערע קינדער וואו יא און וואו נישט צו גיין, כדי צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן פאר זייערע קינדער.
_________________
נשלח ב-5/12/2010 22:58
אז מען רעד פון דעם נושא וועל איך אייך מיטטיילן מיין איקספיריענס, איך האב א שכן גראדע זייער שטילע מענטשן, אבער נעבעך אדוק ומקושר צום בעל קדושת אהרן ל"ע, ער שיקט ארום זיינע קינדער שוין פון א לאנגע צייט אן א יעדן פרייטאג פאר יטב לב באה"ק ווייל זיין רבי האט געהייסן, א יעדן פרייטאג געב איך אהין די פאר סענט בתשיאת חן, איך האב שוין געקלערט ביי מיר אסאך מאהל, ווען עס איז דורך פארשידענע צייטן, ווי די רעבעצין'ס שול אדער סידור קדישין פרשה, אידן זענען דאך מוכתר מיט די מעלות פון בשנים, רחמנים, גומלי חסדים, ווי איז די ביסעלע בישה פאר מענטשן וואס די צאפסט זיי די בליט טאג און נאכט, שיקסטו דיינע קינדער בפקידות די עומד בראש פון די אלע זאכן דער בעל קדושת אהרן ל"ע אבער נאכאמאהל דאס האב איך נאר געטראכט געטון האב איך ווייטער אזוי ווי מען האט אינז געלערנט, יעצט דעם חנוכה נישט מער און נישט ווייניגער מיינע קינדער קומען אהיים אז טאקע די שכן האט גענטפערט פאר מיינע קינדער מיר געבן נישט פאר די מוסד עס איז געווען פאר זיי אזא חידוש, א יעדער לפי דרגתו, איינע פון די עלטערע קינדער האבן זיך אנגריפן צי מיר פארוואס דארפן מיר אלס געבן פאר זיי, האב איך זיי גענטפערט אזוי, עטס ווייסט קינדער פארוואס ענק גייען און בני יואל? עטס ווייסט וואס די סיבה איז? ווייל איך וויל נישט אז ענק זאלן זיך אויך אזוי אויפפירן, אינז וועלמיר נישט פארשעמן קיין אנדערע קינדער, און מיר וועלן ווייטער געבן צדקה פאר ווער עס קלאפט און טיהר,
נשלח ב-5/12/2010 22:58
[quote]
מעגליך אז מ'דארף זיך שענער אויפפירן צו די קינדער וועלכע זענען לכאורה אומשולדיג, אבער קיין טענות קען מען אויף אים זיכער נישט האבן, וויבאלד ער האלט אז מ'טאר זיי נישט שטיצן.
ap לויט ווי איך פארשטיי זאגסטו אז עלטערן וואס שיקען זייערע קינדער און הארלעם צווישען די שווארצע חיות זענען זיך אליין שילדיג פאר די אומ'אחריות פון אהין שיקען א קינד,
נשלח ב-5/12/2010 23:14
יעצט געקומען די ידיעה עס גייט פאר ערענסטע זיכענישן און ק"י פאר א אינטערערדישע טונעל וואס לויפט פון ווילימסברוג ביז בערך 6 צאנז קארט און ק"י, ווייל מען האט איבער געקוקט אלע נייע קעמרעס און מען האט נישט געזעהן אז משה גבאי זאל האבן אריין געקומען אויף ק"י און די לעצטע תקופה, ווי עס שיינט האט ער זיך ערגעץ אריינגעשליידערט דורך א באהלטענע טונעל אזש ביז 6 צאנז קארט און נאכאמאהל אנגעהויבן צי געבן עצות פארן בעל קדושת אהרן ל"ע ווי אזוי צי פירן סאטמאר און נאכמער ער ניצט זיינע קינצלעכע טאקטיקן צי מאכן אז דער בעל זאל עם נאך פאלגן אפילו ער ווייסט שוין ווער ער איז. דער משה גבאי איז עפעס א ווינדערלעכע מענטש וואס ער קען אלס.
נשלח ב-6/12/2010 00:53
דייקן
לייען דיך אליין איבער, פוי, א גרויליגע חינוך האסטו באקומען,
שעהם דיך
נשלח ב-6/12/2010 18:54
דער עולם כאפט נישט וואס איך האלב געוואלט בעיקר ארויסברענגן מרעדט דא נישט בכלל צי די ארונים חלה דעקליך איך רעדט דא בעיקר צי די מער נארמאלערע ארונים ווי א שטייגער אינזער חבר סקאטמאלן וואס זענען אייביג מיט די מיינונג אז די זאליס מיט די ב"י זענען עקסטרמיסטן האב איך געוואלט ווייזן א שטיקל סעמפל ווער איז דער עקסטרעמיסט
דייקן, איך האב הנאה צו ליינען דיינע ווערטער, בקיצור, דאס איז ענקער טיפישער מהלך און מחשבה און אין הנהגה, טרעפן כל מיני פשעטלעך יענעם צו צאפן די בלוט.. אונטערשטע שורה, עטץ זענטס בלוט צאפערס.