מרן רבינו שליט"א הדלקת הנרות ליל ו' ד'חנוכה, ביהמ"ד הגדול קיט"ל קרית יואל
זייער שיין און דערהויבן איז געווען די ליכט צינדן די זעקסטע נאכט חנוכה און די שטעטיל קרית יואל דורך מרן רבינו שליט"א,
די ביהמ"ד האט זיך בליץ שנעל אנגעפילט עד אפס מקום מיט תושבי קרית יואל און זייערע קינדער, בערך 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען און ביהמ"ד, און געצינדן די מנורה, ווען ארום און ארום שטייען הונדעטער בעלי בתים און קוקן צו, און דערנאך איז זייער שיין געווען די קינדער קאור, און באזינדער איז געווען ווען די ילד הפלא יושע ארי מאנדל האט דעזינגען סאל ביי דביר קדשו, עס האט יעדער איבערגענומען, און דערנאך די לחיים ווי די רבי שליט"א האט זייער שיין משמיע געווען דברות קדשו, און דערנאך די ר"ח סעודה ווי די רבי האט זייער שיין פארברענגט מיטן עולם, און נאכאמאל זייער שיין משיע געווען דברות קדשו,
און אפאר ווערטער באמת א שיין דערהויבן באזוך פון רבינו שליט"א און קרית יואל
|
|