סטרייק: טיטשער'ס אויפגעזאגט - רב שאפראן א שייגעץ
אין בני ברק אינערהאלב די "אהרונים" מוסדות גייט פאר א שרעקליכער אומגעהוירער סקאנדאל, איבער דאס נישט צאלן די וועידזשעס פאר די איינגעשטעלטע פאר די מלמדים און מגי"ש פון די ת"ת אין ישיבה, און ביי די סקול פאר די טיטשער'ס.
עס רעדט זיך פון וועידזשעס פון 6 מאנאטן וואס דאס מיינט 24 וואכן, וואס מ'איז שולדיג פאר די איינגעשטעלטע.
די טיטשער'ס פון די הויכע קלאסן וועלכע ווערט אנגערופן דארטן "סעמינאר" זענען געגאנגען אנפרעגן ביים בני ברק'ער דיין הגאון ר' מענדל שאפראן וועלכער איז פון די גרעסטע עקספערטן און מבינים און די הלכות פון הלנת שכר און פענסיע א.ד.ג., אז היות זיי בעטן זייער געהאלט פון די מוסדות וואכן אין חדשים און עס איז א מצב ביי זיי אז עוללים שואלים ללחם וטרף אין בידם, דעריבער ווילן זיי וויסן צו זיי מעגן סטרייקן אויב מ'צאלט זיי נישט געהאלט, דער דיין רב שאפראן האט זיי גענטפערט אז קודם זאלן זיי פראבירן צו סטרייקן געציילטע שטונדן פון טאג און אויב עס וועט נישט העלפן מעגן זיי סטרייקן יעדן טאג, און עס איז הלכה'דיג נישט קיין פראבלעם ווייל מיידלעך זענען נישט מחוייב צו לערנען תורה, און דעריבער אפילו די טיטשער'ס סטרייקן טאר מען זיי נישט אויפזאגן.
וכך, הוה זונטאג אינדערפרי איז דער "סעמינאר" געווען פארמאכט אלע טיטשער'ס האבן געסטרייקט און די מיידלעך זענען נישט געקומען און סקול, דאן האט יחזקאל ראטער מיט די גאנצע קליקע געהייסן אנקאלן אלע טיטשער'ס אז ווער עס וועט נישט צוריקומען מאנטאג און סקול, וועט ווערן אויפגעזאגט, אפילו רב שאפראן האלט אנדערש, ווייל רב שאפראן איז נישט קיין בעלעבאס און די מוסדות, און רב שאפראן איז א שייגעץ פארן זיך אריינמישן אין עניני חינוך פון א מוסדות וואס באלאנגט נישט פאר איהם.
נעכטן מאנטאג זענען 80 פראצענט פון די טיטשער'ס נישט צוריקגעקומען זיך האלטענדיג צו די הוראת רב אז ביז ווילאנג מ'צאלט זיי נישט קיין געהאלט מעגן זיי סטרייקן.
היינט האבן אלע טיטשער'ס (וועלכע האבן געהאט זייער אמט איבער 30 יאר) א בריוו אז בהוראת כ"ק מרן הגה"ק אדמו"ר שליט"א זענען זיי אויפגעזאגט געווארן פון זייער טיטשער'שאפט.
די טיטשער'ס וואס זענען יא צוריק געקומען סטרייקן דריי שעה און טאג, דאס פלאץ פון די לאנגיעריגע טיטשער'ס אין די הויכע קלאסן, פארנעמען איצט מיידלעך וואס ארבעטן און סקול ביי די יונגערע קלאסן (די "סעמינאר" היינט צו טאג דערמאנט אלטע חדרים ווען בחורים זענען געווען מלמדים).
דאס ציבור אין בני ברק זידעלט דארט ווי א קעסל פאר די פקודת הקודש.
תוקן על ידי ברעקינג ב- 14/12/2010 22:40:50
 |
|
|