איך בין אביסל אונטערשטעליג, אבער איך האב יעצט געפונען די נייעס פון פאר צוויי וואכן צוריק, אז דער פרייער געריכט פון מדינת הציונים האט געפונען אליאור חן שולדיג אויף געפערליכע קלאגעס, אויף וועלכע עס ווארטן אים צענדליגער יארן טורמע. (זיינע תלמידים??? האבן באקומען ארום צוואנציג יאר, יעדער עקסטער פון זיי).
פאר א שטיק צייט צוריק האט איינער דא געפירט אן אשכול איבער דעם נושא, ווי ער האט גאנץ גוט אראפגעלייגט שטארקע טענות צו דעפענדן דעם אליאור חן. איך ווייס נישט ווי דער אשכול איז, און איך האב שוין לאנג נישט געזען מען זאל דא עפעס שרייבן דערוועגן. אבער אצינד, אזוי ווי איך האב יעצט געזען די נייעס, וויל איך יא שרייבן דא אפאר ווערטער איבער דעם.
צום ערשט ברענג איך א לינק פון וואס איז נייעס ווי ער שרייבט דעם באריכט אז מען האט אים געפונען שולדיג.
יעצט, איך וואלט געוואלט מען זאל לייענען וואס דארט שטייט, און בעיקר די תגובות וואס דער עולם שרייבט דארט, און צו דעם וויל איך אביסל מגיב זיין. (פארוואס שרייב איך נישט דארט?, איינס ווייל עס איז מיר אסאך שווערער צו שרייבען ענגליש, צווייטענס, דארט ליינט מען נאר דעמאלס ווען דער באריכט ווערט געברענגט, אבער נאך צוויי וואכן ליינט שוין קיינער נישט וואס דארט שטייט. דארט ווערט נישט א אשכול ארויפגעשטופט אויבן יעדעס מאל איינער שרייבט דארט עפעס).
איך בין נישט קיין נביא אז איך זאל וויסן באמת וואס אליאור חן האט געטון, און איך בין אויך נישט געווען אין געריכט צו הערן די טענות און ראיות און הוכחות קעגן אים, און איך האב בכלל נישט געטון אין די פרשה אז איך זאל קענען זאגן מיין דעה, איבער דעם צו ער האט יא, אדער נישט געטון סיי וואס.
אבער אפאר ווערטער קען איך יא זאגן איבער דעם. צווישן די אלע וואס שרייען און רעדן איבער דעם ענין, איז נישט דא קיינער וואס ווייסט "עכט" איבער דעם פרשה קיין סך מער ווי איך (איך רעד נישט פון מענטשן וועלכע זענען באמת אינוואלווד, איך רעד נאר פון שרייערס, און קאמענטערס אויף וואס איז נייעס). און אלעס וואס זיי זאגן איז באזירט אויף די מידיא.
יעצט, פאר די סעיק אוו דיס קאנווערסעישאן, לאמיר לאזן ציונות אין א זייט. עס זענען דא דריי גדולים וועלכע האבן אינטערגעשריבן לטובת אליאור חן (עס איז לכאורה דא אסאך מער, אבער די דריי ווערן דערמאנט דארט אין וואסאיז נייעס) ר' חיים קאניעווסקי, ר' אלישיב און ר' שטיינמאן. דאס איז קלאר אז די דריי זענען פון די גרעסטע גדולים וואס זענען נאר פארהאן ביי דעם ציבור וואס ליינט און שרייבט אויף וואס איז נייעס. ווען די גדולים קומען זאגן עפעס וואס עס שמעקט זיי (מען מעג טראגן שייטלען, נעמען געלט פון מדינה, גיין צו בחירות, מען מעג גראבן קברים, מען מוז נישט מוחה זיין אויף דעם אדער אויף יענעם), דעמאלס גייען זיי אין פייער פאר דעם, און פארדאמען אלע וועלכען זענען נישט מסכים, דא ווערן זיי אנגערופן וואנדאלן, ערגעץ אנדערש, סיקריקים, אבער דער ס"ה איז אז זיי ווערן פארדאמט פארן נישט פאלגן די גדולים.
דאס איז דאך שוין אן אלטער מעשה, אז ווען די גדולים זאגן עפעס וואס שמעקט זיי נישט, מיינט עס לגמרי נישט זיי. ברוב מקרים פייפן זיי זיך אריין מיט א פסח'דיגן פייפער, אזוי ביז אין די קישקעס אריין. (אזוי ווי ווען אלישיב האט געזאגט אז מען טאר נישט טראגן שייטלען. ביז צוויי טאג איז געווען א הבהרה...).
אבער וואס מיך וואונדערט איז, אז דא איז דאך נישט דא באמת קיין אינטערעס, וואס פאר א אינטערעס האבן די מענטשן צו שרייען אז אליאור חן איז א רשע, מערדער, טעראריסט, מען דארף אים הרג'ענען, איינזעצן אין תפיסה אויף אייביג, מען האט פארפירט די גדולים, זיי לאזן זיך אזוי גרינג. איינער גייט גאר אזוי ווייט אז ער זאגט גאר אז דער מוסר הסכל פון די גאנצע מעשה איז, אז מען דארף נישט אזוי בלינדערהייט פאלגן די גדולים.
מארי' דאברהם, צו וואס האבן מיר זיך דערלעבט. כ'מיין, באמת. צו זענען מיר שוין טאקע באמת מער נישט קיין פרומע אידן. האבן מיר אינגאנצן אוועק געווארפן די תורה ווירדן ווי הוי דן את כל האדם לכף זכות? געוואלד?
אמת, עס קען זיין אז די גדולים ווייסן נישט, אבער דו ווייסט דאך זיכער נישט, דו ווייסט נאר וואס די מידיא, זאגט, און דער גדול זעהט טאקע נישט די מידיא, אבער פון וואו ווייסטו אז ער האט נישט געזען אנדערע זאכן וואס דו האסט נישט געזען.
איך בין שוין אזויפיל געווען אינוואלווד אין פריוואטע פרשות וואס מען האט געזאגט און פארשפרייט געוויסע מעשיות אויף מענטשן, און געווענליך האט מען אלעמאל געהאט "עפעס" מיט וואס צו בעקן די דאזיגע מעשיות, און יעדעס מאל האט זיך נאך א שטיק צייט אויסגעשטעלט די מעשיות צו זיין לכה"פ ניינציג פראצענט שקר, און אין רוב פעלער, הונדערט פראצענט שקר.
איך בין אמת'דיג פארווייטאגט פון דעם מצב, אז אידן וועלכע האלטן זיך פאר פרומע אידן, זאלן לעבן אין אזא סארט געדאנקען גאנג, אז ווען די פרייע מידיא (נאכאמאל, פארגעסט פון ציונות, אבער זיי זענען דאך פריי, און האבן פיינט "יעדן" דתי און יעדן חרדי. וויאזוי קויפט מען אפ יעדען מעשה זייערע פאר תורת אמת) זאגט עפעס, אפילו קעגן א פרומען איד, קויפט מען עס גלייך אפ פאר גוט געלט. אפילו פרומע אידן וועלכע וואלטן זיך נאטטורליך געדארפט אננעמען פאר יענעם.
צום שלוס וועל איך ענדיגן, אז אויב איינער ווייסט עפעס פרטים וועגן דעם, אדער דער יעניגער וועלכער האט אנגעפירט דעם אלטן אשכול, זאל אזוי גוט זיין און אונז אינפארמירן איבער וואס עס טוט זיך אין די פרשה.