בית פורומים אידישע געדאנק

דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/12/2010 01:36 לינק ישיר 
דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט!

באקומען אין אישי פון א משפחה מיטגלידער

דוד המלך איז דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט!
עס איז ב"ה דא גוטע שינויים ביי די פרוי אין לאנדאן רחל יהודית בת חיה שרה
וואס האט געהאט א קינד און געכאפט די שוויין פלו ל"ע
און איז אריין און זייער א קריטישען צושטאנד.
נעכטן מיטוואך האט מען ארגאניזירט א סגולה אז מען זאל אויסזאגן טויזנט מאל ספר תהילים לרפואתה
וואס ס'האט זיך מוראדיג צושפרייט אין די גאנצע וועלט  [ לדוגמה - איינער האט אריין גערופן זאגן אז ער איז א סוחר פון ניו יארק און פארט יעצט קיין יאפאן אין די גאנצע וועג לאנגע שעות גייט ער זאגן תהילים פאר איר ]
ס'האט זיך צאם גענומען א סה"כ פון איבער 1500 מאל! גאנץ ספר תהילים לזכותה ולרפואתה
נעכטן אינדערפרי האט מען צוביסלעך אנגהויבן צו זעהן א פארבעסערונג אין איר מצב
היינט האלט עס שוין ביי דעם אז זי נוצט ווינגער ווי 30 פראצענט אקסעדזשין אנהייב וואך איז עס געווען צווישן 90 און 95 פראצענט.
אנהייב וואך האבן אירע לונגען בכלל נישט געארבעט היינט האט עס שוין צוביסלעך אנגהויבן צו ארבעטן.
נישטא וואס צו רעדן די כוח הרבים פון אזויפיל תפילות עפנט טויערן
אזוי ווי דער דאקטער האט היינט געזאגט:
דאס איז א נס ס'מוז זיין נאר און זכות פון ענקערע תפילות.
דאס איז די כוח פון דוד המלך'ס תהילמ'ל.

אבער איר מצב איז נאך אין א קריטישן צושטאנד זי מוז נאך האבן אסאך פון אונזערע תפילות.

די משפחה בעט ווער ס'קען זאל מקבל שבת זיין און צינדען לעכט 10 מינוט פריער לרפואתה ולזכותה פון
רחל יהודית בת חיה שרה
בשורות טובות

די נייעס און בחדרי חרדים

 





תוקן על ידי אויששש ב- 17/12/2010 01:40:12




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2010 01:54 לינק ישיר 

נישט פארגעסן פונעם עיקר: דער אייבערשטער מאנט תשובה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2010 04:38 לינק ישיר 

מ'זאל פרעגן א רב צו מ'זאל מקבל זיין שבת פריער(יעצט ווינטער),  ס'גענוג א פראבלעם ווען מ'צינט ביים זמן , אבער יש על מי לסמוך אויף די מנהיגי דור הקודם,  אבער סתם ווייבערישע טשען קאלס צו טוישן זמן הדלקות הנרות איז נישט קיין וועג ,איך וואלט גע'עצט צו זאגן תהלים די 10 מינוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2010 04:44 לינק ישיר 

דעם ערב שב"ק וועט זיין גרינגער ווייל יעדער זיכט במילא נישט צי פארברענגען צייט צוליב די תענית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2010 08:10 לינק ישיר 

מען טאר נישט מקבל זיין צו צינדן ליכט שבת מיט 10 מינוט פריער!
בפרט אין די ווינטער וואכן!
אויב איינער מוז צינדן פריער פאר'ן זמן הדלקת נרות זאל דאס דורכרעדן מיט א דיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext