ברעקינג: הגרז"ל פילאפף געווינט די די"ת פון רבינו יואל ספרדים
איר געדענקט די פרשה פון די ספרדי'שע ת"ת רבינו יואל אין בני ברק, ווען דער מנהל רחמים בר משה איז אויפגעזאגט געווארן פון זיין אמט ווען עס איז נתברר געווארן אז ער האט גענומען געלט פון די ציונים פאר'ן ת"ת בהצנע ובהסתר.
געדענקט איר השמצות און די העסליכע אטאקעס פון די הולכי ערכאות קעגן הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר אז ער פאלגט אויס דעם עיקול פון בית דין צדק דהעדה החרדית שליט"א, און אז ער פאלגט נישט דעם בי"ד פון הגר"נ קארעליץ אין בני ברק.
די די"ת ביי הגר"נ קארעליץ האט זיך שוין ב"ה געענדיגט, און דער פסק איז ווי פאלגענד:
די הנהגת הת"ת באלאנגט פאר הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א מיט דעם וועד ההנהלה בארה"ב.
דער בנין הת"ת באלאנגט פאר וועם עס איז פארשריבן און די דיעד, וועכע האבן עס איבערגעבן דעם זכות השימוש פאר הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א און דער וועד ההנהלה בארה"ב.
מ'האט געמאגט אויפזאגן רחמים בר משה פון זיין מנהל'שאפט אמט, און מ'מיז עם נישט צוריק נעמען צו זיין פאסטן.
לאור דעם אז עס איז נתברר געווארן אז רחמים בר משה האט גענומען געלט פון די ציונים, קומט עם נישט קיין שום "פיצויים".
 |
|
|