בית פורומים אידישע געדאנק

עם הארץ זיך מתחצף פאר הרה"ק מסקולען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2011 07:42 לינק ישיר 
עם הארץ זיך מתחצף פאר הרה"ק מסקולען

דער דזשיגאן עם הארץ איז ווי באקאנט געפארן אויף פאלם ספרינגס, ער שטיפט שוין דארט די צייט עטליכע וואכן און לאזט זיך פאטאגראפירן.
אויך וויילט דארט די לעצטערע די וואכן הרה"ק מסקולען שליט"א וואס דאווענט יעדען טאג ביים זעלבען מנין.
היינט האט דער דזשיגאן עם הארץ באשלאסן אז אזוי ווי ער באקומט נישט געניג אטענשאן וועט ער דאסמאל צופיקסן דעם סקולען'ע רבי שליט"א, גיי ווייס פארוואס!
געכאפט און געטאן: געט א שריי אויס אשרי יושבי ביתך, שטעלט זיך צו צום ברעטל זאגט קדיש און הייבט אן שמונ עשרי, ער האט געוויסט אז סקולען'ע רבי דארף אויך דאווענען מיט דעם מנין אבער זיך נישט וויסענדיג געמאכט ווייל ער איז דאך דער גרעסטע רבי בכל קצו תבל...
ליידער איז אים געלונגען, די סקולען'ע רבי איז אנגעקומען האט מען שוין געהאלטן ממש ביים סוף, ווען מען האט פארגעהאלטען דעם עם הארץ היתכן ער איז זיך מתחצף קעגן איינעם פון די גרעסטע רבנים בדורינו, האט ער מיט א שמייכל צוריק געזאגט אז ער האט נישט געוואוסט אז ער האט געדארפט ווארטן... 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 08:23 לינק ישיר 

סתם, דרך אגב: ס'איז דא א ווידעא (דורך "בחצרות") ווי נאכן ענדיגן קרי"ש ביי מעריב אין פאלם ספרינגס, ווארט רבי אהרן שליט"א אז סקולענער רבי שליט"א זאל ענדיגן קרי"ש, און נאר נאכדעם וואס דער גבאי פון סקולענער רבי שאקלט מיטן קאפ אז דער סקולענער רבי האט שוין געענדיגט, לאזט רבי אהרן שליט"א אויס "ה' אלקיכם אמת".

זעהט אויס אז ער האט יא דרך ארץ פאר סקולענער רבי שליט"א, סאו ביטע מאך א צווייטן שקר, וואס כ'וועל נישט קענען דאס מאל אפווענדן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 09:03 לינק ישיר 




Photo of the Day
The Monroe Satmar Rebbe, Rabbi Aharon Teitelbaum, making a Lechaim in honor of the Yahrtzeit of the Alter Rebbe this past Friday at the Chabad House in Palm Strings, CA, alongside the local Shliach Rabbi Yonason Denebeim.
Chabad.info
27 Tevet 5771 (03.01.2011)










_________________





תוקן על ידי SatmarBum ב- 05/01/2011 09:07:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 16:45 לינק ישיר 

אפשר איז עס געווען א פשוטע פאדריסליכע מיס'פארשטענדעניש. אבער ווי קומט איינער וואס טראגט די פאן פון סאטמאר, צו דאווענען אין א חב''ד שול, מ'טרונקט מיט זיי לחיים(אוי שיער נישט פארגעסען ער איז אן אייניקעל פונ'ם בעל התניא).    
ווי האט די לעבאוויטשע רבי(שליט''א) געזאגט ''מיר האבען נישט ליעב ציונות, אבער מיר האבן ליעב ציונים,  נאר סא.... רב האט נישט די אקסלען צו מאכען א חילוק צעווישען די צוויי''......(גענומען פונ'ם בוך שמן ששון מחבירך) זעט אויס אז די היינטיגע סא.... רבי פארשטייט יא די חילוק........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 16:54 לינק ישיר 

דאס הייסט נישט מתחצף געווען, עס איז דא א בשטימטע זמן פון דאווענען, און דער רבי מוז נישט דאווענען נאך זעכציג אפילו אויב דער גרעסטער צדיק וויל דאווענען מיט זיין מנין, ער איז א חיוב צו דאווענען אין ימי האבל פון זיין מאמע און ער דאווענט דעמאלס ווען די בית המדרש באשטימט צו דעווענען,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 18:17 לינק ישיר 

שימעלע כתב:
דאס הייסט נישט מתחצף געווען, עס איז דא א בשטימטע זמן פון דאווענען, און דער רבי מוז נישט דאווענען נאך זעכציג אפילו אויב דער גרעסטער צדיק וויל דאווענען מיט זיין מנין, ער איז א חיוב צו דאווענען אין ימי האבל פון זיין מאמע און ער דאווענט דעמאלס ווען די בית המדרש באשטימט צו דעווענען,


דאס הייסט סאטמערע אפיקורסת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 18:34 לינק ישיר 

פארוואס איז דאס אפיקרוסות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 18:37 לינק ישיר 

outspoken כתב:
אפשר איז עס געווען א פשוטע פאדריסליכע מיס'פארשטענדעניש. אבער ווי קומט איינער וואס טראגט די פאן פון סאטמאר, צו דאווענען אין א חב''ד שול, מ'טרונקט מיט זיי לחיים(אוי שיער נישט פארגעסען ער איז אן אייניקעל פונ'ם בעל התניא).    
ווי האט די לעבאוויטשע רבי(שליט''א) געזאגט ''מיר האבען נישט ליעב ציונות, אבער מיר האבן ליעב ציונים,  נאר סא.... רב האט נישט די אקסלען צו מאכען א חילוק צעווישען די צוויי''......(גענומען פונ'ם בוך שמן ששון מחבירך) זעט אויס אז די היינטיגע סא.... רבי פארשטייט יא די חילוק........
ווען דו פארסט קיין פלארידע אדער ערגעץ אנדערש. איו וועלכע שול דאווענסטו? די בית חב"ד איז די איינציגסטע שול אין געגנט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 18:40 לינק ישיר 

אפשר פארט ער אין א געגענט ווי עס איז יא דא ערליכע אידן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 18:49 לינק ישיר 

איך בין נישט אזוי זיכער אז ס'איז נישט בעסער צו דאווענען אין האטעל, נאךדערצו ווען זיי נוצן עס אויס צו זייער פראפעגאנדע(ווי צו ווייזען פיקטשערס אז סאטמארע רבי דאווענט און'פאברענגט ביי זיי(אפשר איז מענדל וועכטער נישט אזוי געפערלעך)

 ''מיין מיינונג איז קיין מיינונג'' און יעדער זאל פרעגן זיין רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 18:53 לינק ישיר 

עס איז דא נאך פלעצער ווי אידן געפינען זיך און מען מוז נישט גיין אויף א פלאץ ווי מען געט חיזוק פאר א ציוניסטישע ארגאנזאציע, דער רבי ז"ל וואלט קיינמאל נישט געפארן א פלאץ מיט א חשבון צו דאווענען אויף אזא פלאץ, און אויך דער ברך משה ז"ל,
און פריינדליך עס איז בכלל נישט דומה ווען א פלעינער מענטש דאווענט אין חבד האוז ווי איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי ווי די ציונים ניצן דאס פאר זייער פראפאגאנדע אז אזויגערופענער מאנרא סאטמאר רבי מאכט ליבאויטשע פאברענגן אין חב"ד האוז,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 19:04 לינק ישיר 

שארט קאט איז גערעכט!
ווען איינער וואס רופט זיך סאטמאר רבי, פארט אויף אויספלוג בכוונה תחילה צו פארברענגען אין א בית חב"ד, גיט ער זיי מיט דעם חיזוק, און דאס איז א קלארע מעסעדזש א ליובאוויטש איז נישט געפערליך... מען קען זיצן ביי זייערע "פארברענגענס", מען קען זיצן אין זייערע חב"ד הייזער, כאטש יעדע בית חב"ד איז פיל מיט ציונות, און דעות נפסדות.

איך גלייב נישט אז ער וואלט זיך אויסגערעכנט צו פארן אויף אויספלוג צו ער פלאץ ווי ער וואלט געמוזט דאווענען אין א זאלונישע בית המדרש...

נאר וואס דען, פאר די סיבה האבן מיר טאקע אויסגעקליבן אן אנדערן סאטמאר'ן רבי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 21:44 לינק ישיר 

און וואס איז מיט בפועל שטיצן לובאוויטש מיט נעמען זייער מילך?(וואס אויף די געהעריגע באטלעך האט עס א בילד פון זייער רבין) דעמאלס האבן זיי געשפרונגען פאר שמחה און געזאגט: קוק ווי סאטמאר מוז פאר כשרות אנקומען צו אונז. דערווייל האב איך עס נאך נישט געהערט ביים יעצטיגן פאל. און אויב האט עטס גענומען ענקער רבין "ווייל" ער וואלט (אדער יא אדער) נישט געגאנגן צו ליובאוויטש. זענט איר אויף צרות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 21:47 לינק ישיר 

שארטקאט כתב:
אפשר פארט ער אין א געגענט ווי עס איז יא דא ערליכע אידן,
אין פאלם ספרינגס איז דא אסאך ערליכע יודן. א שול איז נאר דא בית חב"ד. הרה"ק מסקולען. און אלע רבנים וואס פארן אהין פון צייט צו צייט זענען נישט ערליך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 21:58 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
און וואס איז מיט בפועל שטיצן לובאוויטש מיט נעמען זייער מילך?(וואס אויף די געהעריגע באטלעך האט עס א בילד פון זייער רבין) דעמאלס האבן זיי געשפרונגען פאר שמחה און געזאגט: קוק ווי סאטמאר מוז פאר כשרות אנקומען צו אונז. דערווייל האב איך עס נאך נישט געהערט ביים יעצטיגן פאל. און אויב האט עטס גענומען ענקער רבין "ווייל" ער וואלט (אדער יא אדער) נישט געגאנגן צו ליובאוויטש. זענט איר אויף צרות


   וואס האט איינס מיט די צווייטע,  אז א קאמפעני וואס האט די השגחה פון סאטמאר, נעמט ביי א פארם וואס אויך ליובאוויטש נעמט ווייל די פארם מאכט נאר חלב ישראל, איז עס נישט קיין שום עוולה, סאיז א נארמאלע זאך (רוב פרודוקטען אין אר''י האבן השגחות פון בד''ץ און רבנות).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 22:12 לינק ישיר 

וואס הייסט מען ניצט ליבאוויטשע מילך, זענען די קיען ליבאוויטש געשטימט און וועלכער פראקציע געהערן זיי? משיחיסטן אדער אנטי משיחיסטן?
דער פאקט אז איינער וואס רופט זיך סאטמאר רב האלט זיך נישט אפ פון פארן אויף א פלאץ ווי ער קען נאר דאווענען אויף א פלאץ וואס זיי פירן אן ציוניזים ארץ ישראל השלימה, איז דאס א שטארקע חיזוק פאר ציוניזים, עס איז סך מער חיזוק ווי מעלקן ליבאוויטשע קיען, והא ראיה אז פאלם ספרינגס בנופש בחב"ד פאמפען די חבדסקער און אויך אנדערע ציוניסטישע וועבזייטן אבער די ליבאוויטשע קיען שרייבט קיינער,

איינער האט זייער גוט געזאגט פריער, ר' אהרן וואלט נישט געפארן אויף א פלאץ וואו ער מוז דאווענען אין זאלונישע בית המדרש, אדער ביי בני יואל, א"כ מה נשתנה חב"ד מבנ"י,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עם הארץ זיך מתחצף פאר הרה"ק מסקולען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext