בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: רבינו שליט"א אויפן וועג קיין מאנטריאל - קאנאדע צו די חתונה בבית הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2011 20:52 לינק ישיר 
ברעיקינג: רבינו שליט"א אויפן וועג קיין מאנטריאל - קאנאדע צו די חתונה בבית הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו

יעצט קומט די בשורה אז רבינו שליט"א איז אויפן וועג קיין מאנטריאל קאנאדע, וואו ער וועט זיין דער מסדר קידושין ביי די חתונה פון בן הרבני הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו, ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, איידעם ביי הרה"ח ר' יעקב כהנא שליט"א ראש הקהל דסאטמאר.
 
פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 21:12 לינק ישיר 

רשות צעטל האט ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2011 22:21 לינק ישיר 
אין עירפארט פריער אין טאג אויפן וועג קיין מאנטריאל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 22:25 לינק ישיר 

האט ער באקומען רשות פון רב הצעיר בכל אתר ואתר צו מסדר קידושין זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2011 03:14 לינק ישיר 

פון ערשטע באריכטן וואס קומען פון מאנטריאל הערט מען אז רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט איז ער גלייך צוגעפארן צום בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר, וואו דער היכל איז געווען פול מקצה אל הקצה מיט הונדערטער אנ"ש ובראשם הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו שליט"א וואס זענען געקומען מקבל זיין פני קדשו. רבינו שליט"א האט געדאווענט מעריב און נאכדעם שלום גענומען פון די הונדערטער אנ"ש.
 
נאך מעריב איז רבינו שליט"א ארויף צו די ישיבה גדולה תורת משה דסאטמאר, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש מוסר והדרכה לימי השובבי"ם.
 
דערנאך איז פארגעקומען א גרויסארטיגער סעודת ראש אין בית המדרש הגדול בהשתתפות כ"ק רבינו שליט"א, די רבני הקהילה און הונדערטער אנ"ש.
 
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום זאל וואו עס קומט פאר די חתונה פון בן הרבני הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו ראה"ק סאטמאר לאנדאן. דער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און נאך די חופה ווארים אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, געהויבענע מחותנים און זיידעס. אין צען מינוט ארום וועט זיך רבינו שליט"א צוריקקערן צום זאל צו די געהויבענע מצוה טאנץ.
 
פון דארט וועט זיך רבינו שליט"א אומקערן לביתו נאוה קודש אין ניו יארק.
 
עס איז פארהאן פלענער אז רבינו שליט"א וועט אריינפארן קיין קרית טאהש באזוכן כ"ק הרה"ק מטאהש שליט"א. פרטים יבואו.

תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 06/01/2011 03:44:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 03:36 לינק ישיר 

בילד: רבינו שליט"א אין א שמועס מיט הגה"צ הדומ"ץ שליט"א נאך מעריב.
 
http://twitpic.com/3ndmi9
 
בילד: רבינו שליט"א ביים קבלת פנים ביי די חתונה פון בן הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו. ווערט געזען דער זיידע הרה"ח ר' יעקב כהנא הי"ו ראה"ק.
 
http://twitpic.com/3ndt3o
 


תוקן על ידי מאיר_הערש ב- 06/01/2011 03:39:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 04:41 לינק ישיר 

כ"ק רבינו שליט"א איז יעצט אויפן וועג צו קרית טאהש וואו ער וועט באזוכן כ"ק הרה"ק מטאהש שליט"א!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 04:42 לינק ישיר 

כ"ק רבינו שליט"א איז יעצט אויפן וועג צו קרית טאהש וואו ער וועט באזוכן כ"ק הרה"ק מטאהש שליט"א!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 06:04 לינק ישיר 
בילדער פון באזוך ביי הרה"ק מטאהש שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 06:10 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 06:36 לינק ישיר 







 





    



_________________







_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 07:27 לינק ישיר 

הערליך שיין!! תפילות ישראל עושה רושם, לאמיר ווייטער מתפלל זיין פאר דעם צדיק הדור זאל צוריקקומען פולשטענדיג צו די כוחות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 19:37 לינק ישיר 

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 21:51 לינק ישיר 

ערנסט גערעדט, צו מעג מען גיין אין די יאר צו חתונות? איינער זאגט מיר אז אויב איז מען מסדר קידושין מעג מען על פי הלכה גיין אפילו אין די שלושים ווייל מען ווערט פאררעכנט ווי די שושבינון וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2011 22:20 לינק ישיר 

מען מעג גיין אין יאר. אבער נישט טאנצן. עסן דארף מען אין אן אנדערע שטוב. א קרוב מעג טאנצן אויב דער חתן בעט אים. יה"ר אז מען זאל נישט דארפן וויסן די הלכות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2011 22:30 לינק ישיר 

ער איז געווען אויף חתונות און געטאנצן אפילו ער איז נישט געווען מסדר קידושין, די איינציגע היתר לכאורה איז אז דאס איז זיין פרנסה, ער איז סאטמארער רבי נאר מיט טאנצן אויף חתונות, דער ברודער פון קרית יואל קען זיך ערלויבן נישט צו גיין טאנצן אויף חתונות, ווייל אפילו בעפאר ער איז געווען אין יאר איז ער כמעט נישט געגאנגען אויף חתונות, (זייט ער איז געווארן רבי) ער קען זיין סאטמארער רבי מיט שובבי''ם תורות, הושענא רבא דרשות, תקיעות שופר דרשות, שיינע הקפות, פרק פארלערנען, געבן שיעורי הישיבה, חנוכה לעכט צינדן, שיינע לעכטיגע טישן, אויפטון אויף כשרות געביט, וכו' וכו', בקיצור, טאנצן אויף חתונות מאכט עהם נישט רבי און ס'איז ביי עם נישט קיין צורך כלל, אבער דער קליינער ברודער דארף גענייטיג האבן דאס טאנצן אויף חתונות, ווען קיין דרשות איז נישטא, קיין טישן איז נישטא, קיין שיעורי הישיבה איז נישטא, קיין הושענא רבא דרשות און שובבי''ם תורות איז נישטא, דארף ער דאס טאנצן ממש פאר פרנסה, במילא איז פארשטענדליך אז מען האט עם מתיר געווען בשעת הדחק לצורך גדול צו טאנצן אויף חתונות, ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז ר' שלמה לייב וויינבערגער לאזט אפילו נישט גיין אויף חתונות פון נאנטע משפחה  אין יאר, ר' זלמן לייב פיליפ וואס איז יא מיקל און לאזט יא גיין אויף חתונות (נאר צו גאר נאנטע משפחה) לאזט אבער בשום אופן נישט טאנצן, ער זאגט אז טאנצן איז דאס הארבסטע, על כן מיזן מיר זאגן אז לצורך הפרנסה בשעת הדחק (ווען די צייט דריקט...) האט ער באקומען א היתר.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: רבינו שליט"א אויפן וועג קיין מאנטריאל - קאנאדע צו די חתונה בבית הנגיד ר' בעריש בערגער הי"ו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext