בית פורומים אידישע געדאנק

וויפל בחורים פון אור ודעת גייען קומען קיין קרית יואל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2011 23:40 לינק ישיר 
וויפל בחורים פון אור ודעת גייען קומען קיין קרית יואל?

עלטערן פון ישיבה אור ודעת פון טשעסנאט רידש (א פרייוועט מוסד פאר ספעציעלע קינדער וואס האלט זיך אויף פון שכר לימוד מיט טי פארטיס), האבן באקומען דע וואך א נישט גוטע מעלדונג פון די מוסד אז ג' תרומה למס' פעברואר 1 גייט די ישיבה אויפגעלעזט ווערן צוליב פינאנציעלע פראבלעמן.

אין אור ודעת לערנען קינדער פון עטליכע דיסטריקט, די קינדער האבן יעצט צוויי ברירות אדער צו גיין אין איסט ראמפאו פאבליק סקול וואס דארף ארייננעמן אלע קינדער פון אור ודעת, וויבאלד זיי זענען אין איסט ראמפאו דיסטריקט, הגם זיי וואוינען אין אנדערע דיסטריקט'ס אבער וויבאלד זייער פרייוועט סקול איז דארטן זענען זיי אויטאמאטטיש אינטער זיי, פארשטייטזיך ווייניג עלטערן זענען אינטערסירט צו בלייבן אינטער איסט ראמפאו פאבליק סקול וואו זיי גייען מער נישט קענען לערנען תורה מיט אידישקייט, אנדערש ווי ביז היינט ווען זיי האבן געלערנט אין א פרייוויט סקול, נאכער האבן זיי א צווייטע ברירה זיך איינצושרייבן אין א סקול דיסטריקט ווי מ'לערנט און מ'דאווענט יא, וואס דאס איז קרית יואל סקול דיסטריקט, (וואס דארט איז אגב אידישקייט די זעלבע קעגן די געזעץ נאר דארט גייט עס מיט דריידלעך ווי העריטעזש וכו' (מתוך דרשת ר' אהרן ט"ב ב' ואתחנן תשנ"ד בהיכל הכולל)

אצינד, די קינדער פון אור ודעת (בערך 6 קינדער פון דארט קומען פון קרית יואל / מאנראו / וואודבערי דיסטריקטס) קענען גרינג אריינקומען אין קרית יואל עטליכע האבן זיך שוין איינגעשריבן, קרית יואל נעמט אויך אן קינדער פון אנדערע דיסטריקטס, נאר די עלטערן זענען יעצט אין א גרויס פארגעלעגנהייט, פון איין זייט קענען זיי פארבלייבן אין איסט ראמפאו וועלעכע איז אין גשמיות פיל בעסער ווי קרית יואל אין אלע הינזיכטן, אבער למעשה וויבאלד זיי גייען אריבער פון א פרייוועט סקול צו א פאבליק סקול (וואס ווייסט נישט פון קיין חכמות פון העריטעזש...) איז דאס פארשטייטצעך נישט קיין גוטע אפציע פאר די רוחניות פון די קינדער.

די עלטערן האבן צייט צו מאכן זייער דעסיזשען ביז פעברואר, פעברואר דעם ערשטן וועל איך אייך האבן די נומבערס וויפל זענען געגאנגען קיין קרית יואל, און וויפל זענען געבליבן ביי איסט ראמפאו.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויפל בחורים פון אור ודעת גייען קומען קיין קרית יואל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext