בד"ה: היינט פארטאגס איז נפטר געווארן הרה"ח ר' מענדל רייכבערג ע"ה. ר' מענדל ע"ה איז געוועהן דער מייסד און מחדש פון די נסיעות צו קברי צדיקים אין פולין, קרוב צו 40 יאר צוריק, און ער האט אויפגעבויעט און גע'שתדל'ט פאר אלע קברי צדיקים, און אליינס געבויעט אוהלים און גדרים, אומערסטענס באקאנט זענען זייענע פעולות פארן אוהל הק' אין שטאט ליזנעסק און אין צאנז. ער איז געוועהן מחסידי באבוב, א תלמיד פון בעל קדושת ציון זצ"ל. זיין לויה גייט ארויס אום 11 אזייגער פארענט פון ביהמ"ד באבוב אויף 48
_________________
נשלח ב-14/1/2011 17:17
מיר האבן אלס געוואוסט אז ר' מענדל איז א גוטער באגלייטער ביי אלע נסיעות האט ער פערזענליך באגלייט יעדעס שריט, און מיט זיין עקספערטיז און פארשטייענדיג די שפראך האט ב"ה אלעס געקלאפט.
זאלן אים די אלע גוטע פעולות באגלייטן למנוחות עולמים
נשלח ב-14/1/2011 17:24
_________________
נשלח ב-14/1/2011 18:04
_________________
נשלח ב-14/1/2011 20:13
_________________
נשלח ב-14/1/2011 20:30
_________________
נשלח ב-16/1/2011 08:17
נשלח ב-17/1/2011 00:55
אוי ר' מענדל החסיד איז נישט דא!
היינט איז נפטר געווארן הרב החסיד ר' מענדל רייכבערג ע"ה, ר' מענדל איז באוואוסט געווען מיט זיין געוואלדיגער ארבעט מיט קברי רבותינו ואבותינו אין אייראפע, און ער האט זיך אוועק געגבען זיין גאנץ לעבן און געלט דערפאר.
איבער הויפט קומט ארויף די געגועין ווען מען דערמאנט זיך ווי ר' מענדל פלעגט שטיין אין "זיין" אוהל פון רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, ביי די יארצייט און איין רייסען פארן עמוד, מיט זיין הערלעכע גאלציאנער שטימע.