אפעלאט געריכט באשטעטיגט: מקען נישט צווינגן צו באגראבן אין קרית יואל
דער אפעלאט געריכט האט באשטעטיגט א פסק פון ברוקלין געריכט, אז די ניין אידן וואס האבן געקויפט חלקה'ס אין אלטן ביה"ח בקרית יואל און מען וויל זיי נישט באגראבן, איז א סכסוך וואס איז נוגע רעליגעיזע שאלות, און דער געריכט טאר זיך נישט מישן אין רעליגיע, דעריבער וויל זי נישט פסק'נען אויב מען מוז באגראבן איינעם וואס האט שוין געקויפט א חלקה.
דער פסק וועט לכאורה זיין א גרויסער פראבלעם פאר די ארונים וואס צאלן ביטערע שווערע געלטער צו האבן א חלקה אין אלטן בית החיים אבער זענען נישט פארזיכערט אז זיי קענען בכלל באגראבן ווערן, די סאטמארע אידן וואס קענען באקומען חלקה בדרך כבוד אן קיין רציחה'דיגע האלד-אפ אויף פארווייטאגטע משפחות בעת מתם מוטל לפניהם, די זענען נישט אין קיין סכנה מער,
נשלח ב-14/1/2011 17:26
אן קיין דיפלאמטיע, די 9 הולכי ערכאות -אן קיין שום היתר בי"ד- האבן היינט פארלוירן אין געריכט!
_________________
נשלח ב-14/1/2011 17:34
קען איינער מסביר זיין ווען שיקען זיי צי דין תורה און ווען ווארפען זיי ארויס א פסק? נאך אזאך פארוואס שרייבען די ארונים אז דער געריכט האט זיי באשטעטיגט אלץ בעל הבית אויפן בית החיים?
נשלח ב-14/1/2011 17:35
קען איינער מסביר זיין ווען שיקען זיי צי דין תורה און ווען ווארפען זיי ארויס א פסק? נאך אזאך פארוואס שרייבען די ארונים אז דער געריכט האט זיי באשטעטיגט אלץ בעל הבית אויפן בית החיים?
נשלח ב-14/1/2011 17:46
קהל מהר"א איז בעה"ב אויפן ביה"ח, וועגן די טרענספער וואס זיי האבן איבערגעשריבן דעם ביה"ח אויף א נייע קארפארעישן.
און דאס וואס די געריכט האט היינט ארויסגעווארפן די קלאגע איז נאך א באווייז אז דאס איז געווען א לעגאלע טרענספער.
_________________
נשלח ב-14/1/2011 17:50
דייקן כתב:
אן קיין דיפלאמטיע, די 9 הולכי ערכאות -אן קיין שום היתר בי"ד- האבן היינט פארלוירן אין געריכט!
_________________
ס'איז דא א היתר פון ביד''צ פון קיעפ סטריט
נשלח ב-14/1/2011 18:04
קען זיין אז סאיז דא היתר, (עבר ושנה נעשה לו כהיתר) אבער א ביד''צ אויף קיעפ סטריט איז זיכער נישטא!!!
נשלח ב-14/1/2011 18:06
דייקן דאס איז אויך א באווייז אז די בית החיים אין סיגעט איז ר' אהרן בעלהבית, און אויך אז אין קרית יואל וגלילותיה קען מסדר קידושין זיין נאר ר' אהרן,
נשלח ב-14/1/2011 18:07
א היתר הליכה לערכאות קען מען באקומען נאר אויב מ'רופט ערשט צו די"ת, און דער נתבע איז מסרב פון זיך צו שטעלן צו די"ת.
לידיעתינו האבן די 9 הולכי ערכאות נישט גערופן קהל מהר"א צו די"ת בעפאר זיי האבן אריינגעטראגן זייער קלאגע אין געריכט.
ספרינטער, שתי תשובות בדבר, איינס כדי צו שיקן צו די"ת מוז כאטש 1 צד דאס פארלאנגען, דא, מחמת סיבות, האט קיינער נישט גערעט פון דין תורה, צווייטענס, דער אפעלאט שיקט קיינמאל צו קיין די"ת, זייער דשאב איז בלויז צו באשטעטיגן אדער ארויסווארפן א פסק פון א קלענערע געריכט, זעלטן וואס זיי קומען מיט נייע פסקים,
אלנספאל, קען מען ארויסנעמען עפעס פאזיטיוו פון דעם פסק, ס'געבט א געלעגנהייט צו שליסן די געפעך, איבערמישן דאס בלעטל און קוקן פאראויס, איך ווייס פאר א פאקט אז געוויסע זאליס האבן זיך נאך געקווענקלט צו שטיצן די נייע ביה"ח כ"ז מ'איז נאך געווען אין קארט, יעצט איז די צייט צו זאגן גם זו לטובה, און שלום מאכן מיטן מצב אז דער נייער גרויסער ביה"ח גייט זיין דער מקום קבורה פאר ערליכע סאטמארע אידן תחת קהלת רז"ל, עד יקוצי וירננו שוכני עפר בב"א,
נשלח ב-14/1/2011 18:15
אבער סקאט, די ארונים וואלטן זיך געדארפט צוגרייטן א מקום מנוחה פאר זייערע ביינער, ווייל לויט ווי עס קוקט אויס וועלן זיי זיכען א גדר ווי זיך אראפצולייגן מאחורי הגדר, ווייל פינקט ווי לישע הורוויץ וואס איז געווען דער אויסשליסליכער בעל הבית אויפן בית החיים איז אקארשט געפלויגן בשן ועין פון דארט, ווייסט קיינער דארט נישט ווער עס וועט זיין מארגן בעלהבית, און ווער עס וועט באשליסן וועם מען לייגט אריין און וועמענס פעקל ביינער מען לאזט אין אבמולאנס איינגעשפארט פאר 6 שעה ביז מען כאפט א פיפציג אלפים,
נשלח ב-14/1/2011 18:32
טייערע שארטקאט, לאדעך אפ פון די אלע שטותים, גלייב מיר, די אהרונים פירן זיך אויף זייער ארנטליך צו זייערע קונדן, איך ווייס פון מיין אייגן עקספיריענס, נישט מער געדאכט ביי מיינס א קרוב וואס מ'האט מקבר געווען אין קרית יואל א עלטערע פרוי, ממש איידער די זאליס האבן אפגעקויפט די נייער שטח, זיי האבן באהאנדלט די קבירה זייער סענסיטיוו און ווארעם און נאכגיביג מיט די פרייזן, די אלע מעשיות דיינע זענען אדער איבערגעטריבן "דער איד" מעשיות, אדער ווייז-גיי'ס אויבער-חכמים וואס ווילן פשוט נישט מכיר זיין אז זיי דארפן האנדלן מיט די פארוואלטער ארונים, און קומען מיט העליקאפטערס וכדומה,
נשלח ב-14/1/2011 18:42
פרעג משפחת דוד לאקס פון בארא פארק וואס איז געשטארבן פאריאר ווינטער, ער איז געווען א פאברענטער אהרוני, ער האט באצאלט אלע יארן מעמבערשיפ פאר זיי, אבער ווען ער איז נעבעך פלוצלינג געשטארבן ביי עטליכע פיפציג יאר, האבן די ארונים געוואלט לייגן אין זייער נייע שטח, די משפחה האט נישט געוואלט ער זאל זיין דער ערשטער אין נייעם שטח, האבן זיי געמוזט באצלאן 12 אלפים פאר א מקום קבירה, פרעג די משפחה פון פארקאש אין וויליאמסבורג וואס האט באצאלט ערב פסח נאך ברכת החמה 16 אלפים פאר שלמה וועצבערגער פאר א חלקה בלויז ווייל סאיז נישט געווען קיין אנדערע בית החיים ווי צו גיין, איך קען דיר צושטעלן א לאנגע ליסטע וואס מהאט סוחט געווען טויזענטער דאלאר סתם ווייל אזוי וויל איך,
נשלח ב-14/1/2011 18:44
מהיכי תיתי אז דאס איז נישט די נארמאלע פרייז
נשלח ב-14/1/2011 18:49
וויפיל קאסט צו ליגן אין די נייע ביה"ח, לאמיר זאגן פאר איינער וואס איז א מעמבער אבער האט שוין לאנג נישט באצאלט קיין מעמבערשיפ, און האט נישט געקויפט קיין חלקה.