| נשלח ב-17/1/2011 20:34 |
|
| |
שאק: "נטרונא" ווערט פאליטישער מאנטל פאר אהרונים!
אין די טעג איז באקאנט געווארן אז די נטרונא ארגענעזאציע, וועלכע איז נתייסד געווארן מיטן ציהל צו מפרסם זיין שיטתו הקדושה פון רבינו בעל ויואל משה זי"ע וועגן ציונות איבער די גאנצע וועלט, איז געווארן א פאליטישער מאנטל און שלייער פאר די אהרונים צו דעקן זייער ציוניזים.
ווי באקאנט האט ר' אהרן טייטלבוים באקומען זייער א שמוציגן נאמען אין די גאס אלץ ציוני. קודם כל באגלייט אים דער פלעק פון זיין שידוך מיט וויזניץ, וואס דאס קען מען נאך זאגן איז געווען על דעת אביו נישט על דעת עצמו. אבער דערנאך מיט זיין באזוך קיין נתני' ביים קלויזענבורגער און יעצט מיט זיין בעלזא שלום פלאן איז פאר יעדן באוויסט געווארן לאן פניו מועדות. ווידעראום אין קנאי'שן פעלד ווייסן אלע עסקנים אז דער אדרעס ווען מען דארף הילף אין א מערכה, איז נישט ביי ר' אהרן טייטלבוים. די גרעסטע ראי' דערצו וועט דינען דער מאסן פראסטעסט דעם ווינטער וואס איז אפגעהאלטן געווארן פארענט פון די RFR געביידעס אין מאנהעטן קעגן די חפירות אין בית החיים אין יפו, וואו עס האבן זיך משתתף געווען אדמורי"ם, רבנים וראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן פון איבער גרעיטער ניו יארק, אבער אונזער ר' אהרן איז געבליבן פארשפארט אין שטוב.
דעריבער האט שמואל ווידער באשלאסן אז מ'מוז אנהייבן וואשן די מוחות אז אהרוניזים מיט קנאות גייט סינאנים. ער האט אנגעהויבן מיט רופן די עלטערן פון די עמנואל פרשה, וואס האט אויפגעשטורמעט גאנץ ארץ ישראל פאריאר זומער, זאלן זיך קומען פיקטשערן מיט ר' אהרן. דערנאך האט מען געמאכט פאר זיי א מסיבה אין קרית יואל, וועלכער איז געווען די ליצנות פון שטאט אז מ'שטיצט א מוסד וואס קען פשוט לעגאל נישט באקומען היי-יאר קיין פאנדן פון די מדינה, אבער עס איז בכלל נישט פארזיכערט, אז זיי גייען נישט נעמען קיין געלט קומענדיגע יאר ווען זיי וועלן שוין מעגן געזעצליך. פון דארט איז די עמנואל פראפעגאנדע אריבער קיין בארא פארק, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבה, אבער מיט א מיאוס'ן דורכפאל, און מיט דעם איז געקומען צו א שליסונג די עמנואל - אהרונים שידוך, נאך איידער ער האט אפילו עספיעט צו מאכן א קאמפיין אין וויליאמסבורג.
יעצט, אין א פרישן פרואוו צו וואשן די מוחות, האט שמואל ווידער פארגעשלאגן פאר דעם אנפירער פון נטרונא אז ער זאל אריבערקומען קיין קרית יואל, וואו מען וועט מאכן א באמבאסטישע מסיבה פאר אים, און ברייט דעקן אין דער בלאט, און דערמיט ריינוואשן די אלע חששות און ספיקות אז ר' אהרן איז נישט קיין עכטער קנאי. דער אנפירער האט זיך געבראכן צו דעם פארשלאג, זייענדיג געדרוקט אין געלט און נויטיגט זיך אין היבש ביסל פובליסיטי, און דערווייל לאזט ער זיך נאך איינרעדן אז די אהרונים גייען אים אפילו געבן א פיאסטער. מיר וואלטן אים געראטן זיך צו גיין דורכרעדן מיט דעם אינגערמאן וואס די אהרונים האבן געברענגט קיין וויליאמסבורג צו לוחם זיין קעגן ר' משה דוד נידערמאן וועגן די מכלומרשטע חוקי תועבה, און אים צוגעזאגט א הון תועפות אבער למעשה פארשיקט מיט ליידיגע הענט. עס איז נישט קיין ספק אז זיי וועלן טון מיט נטרונא דאס זעלבע די סעקונדע נאכדעם וואס בחצרות סאטמאר וועט ארויסשיקן דעם אימעיל מיט בילדער וואו דער אנפירער פון נטרונא טרעפט זיך מיט ר' אהרן און גיבט אים דו"ח פונעם מוסד.
אנ"ש אחים לדעה ווייטאגן אז אזא הייליגע ארגענעזאציע, וואס חוץ מזה וואס זי איז געשטאנען אלע יארן ווייט פון סיי וואספארא סארט מגע ומשא מיט די סאטמארע פאליטיק, איז זי א קריטיש וויכטיג און הייליגע ארגענעזאציע פארן קיום המערכה קעגן ציונות איבער דער גארער וועלט, פאלט א קרבן צו די ביליגע פי.אר. און פאלטשקייט פון ר' אהרן טייטלבוים.
עס בלייבט נאר צום האפן אז וילמדו תועים בינה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 20:56 |
|
| |
משוגענער דו, קיין שום קרבן פאר קיינעם. בבי די אהרונים גיט מען נישט ווילאנג עס שטייט נישט צען מאל הגה"ק כאטשיק, טוט ער דאס. ביי די זאליס גיט מען אן דעם געלט ב"ה, פעלט נישט אויס זיך אראפצולאזן אזוי ביליג.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 21:00 |
|
| |
איך ווער נאכנישט קיין משוגענער פארן נישט טראכטן אויפן זעלבן געדאנקן גאנג ווי דיר, אבער למעשה ווייס מיר אלע גאנץ גוט פארוואס שמואל ווידער וויל יעצט גרויס מאכן נטרונא אויף ר' אהרן טיילבוים'ס קאפ. און איך ווידערהאלט ווי שוין פריער געשריבן, זיי גייען אים נישט גיבן קיין פיאסטער!
תוקן על ידי סענעטאר ב- 17/01/2011 21:05:40
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 21:18 |
|
| |
מהר''א איז איש המעש און אן ''אפערטאניסט'', ער זעט אז ס'איז דא פעסטע קלוגע אינגעלייט וואס ברענגען גוט ארויס די מלחמת ד' בעמלק, שטיצט ער זיי און ער נוצט זיי ווען ער מאכט פראטעסטען, אבער די זלונים האבן איין דאגה אז ס'זאל ח''ו נישט זיין קיין איין סיין מיט די ווארט ''נטרונה אדער true torah jews אויפגעשריבן דערויף ביי זייער פראטעסטען.
''נטרונה'' איז אן אומפארטיי'שע ארגעניזאציע, און יעדר וואס פירט א מלחמה אנטקעגען ציונות קען הנאה האבן דערפון.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 21:43 |
|
| |
| outspoken כתב: |  |
מהר''א איז איש המעש און אן ''אפערטאניסט'', ער זעט אז ס'איז דא פעסטע קלוגע אינגעלייט וואס ברענגען גוט ארויס די מלחמת ד' בעמלק, שטיצט ער זיי און ער נוצט זיי ווען ער מאכט פראטעסטען, אבער די זלונים האבן איין דאגה אז ס'זאל ח''ו נישט זיין קיין איין סיין מיט די ווארט ''נטרונה אדער true torah jews אויפגעשריבן דערויף ביי זייער פראטעסטען.
''נטרונה'' איז אן אומפארטיי'שע ארגעניזאציע, און יעדר וואס פירט א מלחמה אנטקעגען ציונות קען הנאה האבן דערפון. |
|
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 22:00 |
|
| |
| outspoken כתב: |  |
מהר''א איז איש המעש און אן ''אפערטאניסט'', ער זעט אז ס'איז דא פעסטע קלוגע אינגעלייט וואס ברענגען גוט ארויס די מלחמת ד' בעמלק, שטיצט ער זיי און ער נוצט זיי ווען ער מאכט פראטעסטען, אבער די זלונים האבן איין דאגה אז ס'זאל ח''ו נישט זיין קיין איין סיין מיט די ווארט ''נטרונה אדער true torah jews אויפגעשריבן דערויף ביי זייער פראטעסטען.
''נטרונה'' איז אן אומפארטיי'שע ארגעניזאציע, און יעדר וואס פירט א מלחמה אנטקעגען ציונות קען הנאה האבן דערפון. |
|
בוסט זיך סותר מיני וביה. דו זאגסט אז דער ר' אהרן איז א איש המעש, א שורה שפעטער דערקלערסטו אז ר' זלמן לייב'ס מענטשן לאזן נישט הענגן קיין נטרונא טאוולעך ביי זייערע פראטעסטן.
(אגב, א פוסטער שקר. חוץ ביי די וואשינגטאן פראטעסט, וואו עס איז געעפענט געווארן א ספעציעל וועבזייטל פאר דעם צוועק, שטייט אייביג אויף די טאוולעך נטרונא'ס וועבסייט.)
מאך אפ, איז דער ר' אהרן א איש המעש פארוואס זענען די זאלונים די וואס מאכן די פאקטישע פראטעסטן און זענען כסדר אויפן פראנט מיט אלע מערכות בעת ווען די אהרונים זיכן בלויז ליידיגע פי.אר. מיטלען צו "ווייזן" אז ר' אהרן טוט?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 22:02 |
|
| |
| סענעטאר כתב: |  | | איך ווער נאכנישט קיין משוגענער פארן נישט טראכטן אויפן זעלבן געדאנקן גאנג ווי דיר, אבער למעשה ווייס מיר אלע גאנץ גוט פארוואס שמואל ווידער וויל יעצט גרויס מאכן נטרונא אויף ר' אהרן טיילבוים'ס קאפ. און איך ווידערהאלט ווי שוין פריער געשריבן, זיי גייען אים נישט גיבן קיין פיאסטער! |
|
כ'וועל מיך נישט פארמעסטן איצט מיט דיר, ביים וועם די מוסדות התורה על טהרת הקודש אין אר"י האבן מער א אפענע טיר ביים די ארונים אדער ביי די זאלונים.
אבער שעפעלע טייערער, נקוט האי כללא בידך די ארונים טוהן כסדר "גאר גאר אסאך" אויפן פראנט פון מלחמה לה' בעמלק אקעגן די קליפת הציונות, די מוסדות על טהרת הקודש האבן ביי זיי א אפענע טיר, און האבן אלערליי ארגאניזאציע'ס וואס העלפן זיי ארויס מיט געלט, אכסניות, טוישן טשעק'ס א.ד.ג.
צו ווייסטו אפשר ווער עס שטייט כסדר צוהילף פאר די "מערכת החינוך" פון די "עדה החרדית" בנוגע די תכנית הליב"ה גזירות? ווער שיקט גרויסע געלטער ארויסצוגעבן די קונטרסים?
די ארונים טוהן גאר אסאך, איין חילוק איז דא: זיי פאמפן נישט אלעס אויפן העכסטן, און נישט יעדער האלט מיט, אבער זיי האבן אלע א ווארעם הארץ פאר אלעס הייליג וואס רבינו הק' זי"ע האט אונז אויסגעלערנט, און לכאו' וועט "נטרונא" שיין פארדינען ביי זיי, וויבאלד למעשה טוהן זיי אויף גדולות ונצורות אויפן געביט פון מלחמה לה' בעמלק, הגם עס שטייט נישט "בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א"". פארשטייט זיך אז מיט די טעגליכע מחאות אין מאנהעטן ווי צוהיצטע יונגעלייטלעך זענען כסדר געפארן, קענען זיי זיך נישט פארמעסטן.
(סתם דרך אגב, ווען מען פלעגט גראבן קברים אין אר"י בימי רביה"ק זי"ע, 'וויפיל מחאות' פלעגן זיין? איינס? צוויי? אדער טעגליך?)
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 22:20 |
|
| |
לא עליכם, ווען דו זעלבסט וועסט גלייבן אין די ווערטער וואס דו האסט נארוואס געשריבן לאז מיך וויסן. דערווייל גיי כאפ א טענצל!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 22:41 |
|
| |
א פאקט וואס יעדער קען זיך איבערצייגן, און איז גענצליך נישט קיין סוד!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 23:06 |
|
| |
רעכן מיר אויס "איין" אומפארטייאישע מוסד אין ארץ ישראל וואס האט נהנה געווען א שווה פרוטה שטיצע פון דיין דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 23:16 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  |
מאך אפ, איז דער ר' אהרן א איש המעש פארוואס זענען די זאלונים די וואס מאכן די פאקטישע פראטעסטן און זענען כסדר אויפן פראנט מיט אלע מערכות בעת ווען די אהרונים זיכן בלויז ליידיגע פי.אר. מיטלען צו "ווייזן" אז ר' אהרן טוט? |
|
דאס אז מהר''א איז א איש המעש איז א פאקט, א איד אין בארא פארק האט געברענגט אריזאנא ווייטץ, מהר''א האט דאס געזען האט ער זיך ארויפגעכאפט און איבער גענומען די וואגען, ער האט געזען שחיטה מונחת ביי רובאשקין האט ער אויך אויפגעשטעלט אזא שחיטה און די זעלבע מיט חתונה תקנות, (און דאס וואס ער רעדט אויף די שחיטה און ווייץ וואס רבנים מדור הקודם איז א זאך וואס איז יעצט נישט דא נוגע) ער זעט ''נטרונא'' ארבעט גוט שטיצט ער זיי, און פונקט ווי אומפארטייאשע ארגעניזאציע ווי רב טוב, יד לאחים און אנדערע גייען צו ביידע דארף ''נטרונא'' זיין אומפארטייאיש און גיין צו ביידע.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 23:27 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | רעכן מיר אויס "איין" אומפארטייאישע מוסד אין ארץ ישראל וואס האט נהנה געווען א שווה פרוטה שטיצע פון דיין דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים. |
|
וואס זאל איך דיר זאגן? ביסט א גרויסער עם הארץ!!!!, ווייל דו ווייסט אפילו נישט דעם נאמען פונעם דזשיגאן עם הארץ...
דער דזשיגאן עם הארץ הייסט נישט ר' אהרן טייטלבוים, זיין נאמען איז ר' זלמן לייב טייטלבוים, סא, געט יור פעקטס סטרייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 23:28 |
|
| |
די ארונים שפילען יעצט כאילו די זלונים טיען בויקוטען ''נטרונא'', ס'איז נישט קיין סוד אז די אנפירעס פון ''נטרונא'' זענען נישט קיין ארונים, לאמיר נישט לאזען אז ''נטרונא'' זאל פאלען א קרבן פאר די סאטמארע פאליטיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 23:37 |
|
| |
די אהרונים מאכן יעצט א דרייוו אז מ'זאל פאללאען נטרונא אויף טוויטער, איך פארשטיי נישט פארוואס זיי קענען נישט נוצן די הונדערטער סופר און בארא פארק'ע גאסן אקאנטס און אזוי ארויפרוקן די פאללאערס ביז הויעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 23:40 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | רעכן מיר אויס "איין" אומפארטייאישע מוסד אין ארץ ישראל וואס האט נהנה געווען א שווה פרוטה שטיצע פון דיין דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים.
וואס זאל איך דיר זאגן? ביסט א גרויסער עם הארץ!!!!, ווייל דו ווייסט אפילו נישט דעם נאמען פונעם דזשיגאן עם הארץ...
דער דזשיגאן עם הארץ הייסט נישט ר' אהרן טייטלבוים, זיין נאמען איז ר' זלמן לייב טייטלבוים, סא, געט יור פעקטס סטרייט. |
|
אמעריקע איז א פרייע לאנד, דו ווילסט יענעם מאכן פאר א דזשיגאן עם הארץ, יענער מעג דיך צוריק מאכן און דו קענסט גארנישט טון, סארי. נעקסטיים פאר דו מאכסט א צונאמען טראכט צוויי מאל וועסטו זען אז מ'קען עס אייביג צוריקנוצען.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 00:10 |
|
| |
| פאפיטא כתב: |  | רעכן מיר אויס "איין" אומפארטייאישע מוסד אין ארץ ישראל וואס האט נהנה געווען א שווה פרוטה שטיצע פון דיין דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים.
וואס זאל איך דיר זאגן? ביסט א גרויסער עם הארץ!!!!, ווייל דו ווייסט אפילו נישט דעם נאמען פונעם דזשיגאן עם הארץ...
דער דזשיגאן עם הארץ הייסט נישט ר' אהרן טייטלבוים, זיין נאמען איז ר' זלמן לייב טייטלבוים, סא, געט יור פעקטס סטרייט.
אמעריקע איז א פרייע לאנד, דו ווילסט יענעם מאכן פאר א דזשיגאן עם הארץ, יענער מעג דיך צוריק מאכן און דו קענסט גארנישט טון, סארי. נעקסטיים פאר דו מאכסט א צונאמען טראכט צוויי מאל וועסטו זען אז מ'קען עס אייביג צוריקנוצען. |
|
נעבעך, מיינסט באמת אז עס ארט מיך אז דו שרייסט אז ר' אהרן איז א דזשיגאן עם הארץ? טיפשל, א עם הארץ מאכט מען נישט, צו ווערן א עם הארץ דארף מען נישט שווער ארבייטן און הארעווען, אדער ביסטו, אדער ביסטו נישט, א תלמיד חכם צו ווערן דארף מען שווער הארעווען און ארבייטן אזוי ווי רבי אהרן האט געטון משחר נעוריו, און אויב איז מען ביזי מיט דזשיגאן טעיפס, בלייבט מען א פאלנער דזשיגאן עם הארץ, קענסט שרייען ביז חול המועד פורים אז ר' אהרן טייטלבוים איז עם הארץ, אויסער ארויס ברענגען א שמייכל ביים עולם וועסטו גארנישט אויפטון,
|
|
|
|
|