היסטארישע בילדער, די רוצחים ביים ברך משה זי"ע ביי די ארבעט!
קרעדיט: גוטזאגער
די בילדער ווערן צום ערשטן מאל יעצט ארויסגעגעבן, ווי מ'זעט די רשעות'דיגע בלו-זויגער'ס, וועלכע דינען אלס גבאים פונעם הייליגן ברך משה זי"ע און זוכן צו שטערן אז ער זאל נישט בענטשן דעם חתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א איידער די חתונה.
שומו שמים וואס די בילדער צייגן !
מ'זעט ווי דער זיידע איז מלא שמחה צו בענטשן זיין געבליבט אייניקל - אבער דער בלוט-דורשטיגער אכזר און סאדיסט מעכעל וויינגארטען דארף אויספירן די באפעלן פון דעם אכזר משה פרידמאן און רז"ל, דאס צו שטערן.
מ'זעט ווי מעכעל דערהייבט נישט אז דער ברך משה האט די חוצפה צו בענטשן דעם אייניקל, און זוכט נאר מיט זיין חיה'שע רציחה צו פארטרייבן דעם חתן מיט געוואלד, אז דער רבי זאל אים נישט בענטשן.
דער ברך משה זי"ע אבער לאזט זיך נישט, און פאלגט נישט די שמוציגע באנדיטן. דער ברך משה האט די חוצפה אנפצייפן די רוצחים. אוי וועט ער נאך כאפן דערפאר !
שרייטס אלע הויך:
נועם המידות !
_________________
נשלח ב-18/1/2011 20:51
קודם כל זענען די בילדער היבש אלט, זיי זענען נאך ערשינען אין די פורימ'דיגער הצלת רבינו טריביון בשעתו.
צווייטענס וויל איך פארשטיין וויאזוי די רציחה און רשעות גייט דא צו. ווער האט אריינגעלאזט יואלי אין שטוב אז נישט מיכל וויינגארטן, וואס האט געטריי און ערליך באדינט דעם ברך משה יעדן ערב שבת נאכמיטאג?
דער ברך משה איז שוין געווען דענסמאל אין זיינע הויעכע יארן, און די געטרייע גבאים האבן אים נישט איבערגעלאזט פאר א רגע. אדרבה, איך קוק דאס אן פאר א חשיבות, און שעץ מיכל אויף זיין געטריישאפט. אין רוב חסידישע הויפן פארלאזט נישט א גבאי דעם שטוב, נאר אויפן פארלאנג פון רבי'ן.
אבער נניח אז דער פראבלעם איז נאר די פרייוועסי, פארשטיי איך נישט די אהרונים, וואס די חוצפה פון ארויסצוגעבן בילדער ווי דער רבי פארברענגט פריוואט מיט זיין אייניקל?
דיר באדערט אז דער רבי איז נישט אליין אין שטוב מיט דעם חתן?
דיר באדערט אז דער חתן, א אייניקל, באקומט נישט קיין פרייוועסי, נאר זיינע בילדער ווערן מפורסם אויף די נעט?
דיר באדערט אז מיכל שלאגט - שטויסט - שרייט בשעת ווען דער בילד איז געכאפט געווארן?
נשלח ב-18/1/2011 21:53
צו איז נישט לשיטת צד מהרי"י די ברך משה געווען ברוגז אויף זיין אייניקל דער בחור'ל, און זיך נישט געוואלט משתתף זיין ביי זיין חתונה?
_________________
נשלח ב-18/1/2011 21:58
מיך באדערט גארנישט, איך האב בלויז געפרעגט א פראגע, אז די ווייסט נישט קיין תירוץ לאז א צווייטן ענטפערן, דו האסט קיין שום אבליגעשן צו ענטפערן,
נשלח ב-18/1/2011 22:09
דייקן כתב:
צו איז נישט לשיטת צד מהרי"י די ברך משה געווען ברוגז אויף זיין אייניקל דער בחור'ל, און זיך נישט געוואלט משתתף זיין ביי זיין חתונה?
_________________
לגמרי נישט. דער רבי האט געזאגט אז ער קומט נישט צו די חתונה ווייל דער אבי החתן האט געשיקט אנשי אמונו אין ערכאות של עכו"ם קעגן קהלתינו הקדושה, כמפורט באריכות במכתבו לאבי החתן ר' אהרן טייטלבוים.
נשלח ב-19/1/2011 04:46
קענסט ביטע ארויפלייגן דעם מכתב?
_________________
נשלח ב-19/1/2011 05:40
בעט עס פונעם עם הארץ'ל
ער האט עס באקומען
נשלח ב-19/1/2011 05:57
איז די זעלבע בריוו אויך געשיקט געווארן צום סאטמאר-ב"פ רב רבי בעריש, אדער צו זיינע שמחות איז געווען א צווייטע סיבה אויף זיך נישט צו משתתף זיין?
_________________
נשלח ב-19/1/2011 06:30
סקאט
א יוד אין דעי יאהרן לאזט מען נישט אליין אפולו מיט אן אייניקעל, וואס מאכסטו דיר פאר אזא קלאטץ
אין איך כאפ נישט וואס מ'דארף דא צו זעהן, אבער פארשפרייטען פריוואטע משפחה בילדער איז א געפערליכע מיעסע זאך
נשלח ב-19/1/2011 06:34
דייקן כתב:
איז די זעלבע בריוו אויך געשיקט געווארן צום סאטמאר-ב"פ רב רבי בעריש, אדער צו זיינע שמחות איז געווען א צווייטע סיבה אויף זיך נישט צו משתתף זיין?
_________________
דאכט זיך אז ביי די שמחות פון זיינע אייניקלעך בני חתנו ר' בעריש מייזליש האט ער זיך ביי אלע משתתף געווען. חוץ, פארשטייט זיך, דארט וואו ר' בעריש איז געווען א מחותן מיטן בן סורר פון קרית יואל.