בית פורומים אידישע געדאנק

התאחדותנו: סאטמאר מיט צאנז קלויזנבורג פאראייניגט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2011 20:39 לינק ישיר 
התאחדותנו: סאטמאר מיט צאנז קלויזנבורג פאראייניגט

דער קול התאחדותנו וואס די בני ברק'ער ארונים געבן ארויס, איז דער ערשטער און שטערקסטער בלעטעל וואס די ארונים נוצן די לעטצע 12 יאר. דארט איז די איינציגע פלאץ וואס די אמונה איז מיט תמימות. איבעראל ווייסט יעדער אז ר' אהרן איז א קוריאזער פארשוין. א פאני מענטש וואס האט ליב צו מאכן וויצן. א מושחת במידות און קוים א ציוויליזירטער מענטש בכלל, אבער אין בני ברק איז א שרעקליכע תמימות'דיגע עולם, זיי גלויבן אז אלע משוגעתן פון ר' אהרן איז העכערע זאכן, או אז ער איז משוטט בעליונים און דערפאר רעדט ער דיבורים וואס מ'פארשטייט נישט וכדו'.

דער קול התאחדותנו דינט אבער די מטרה פון די תמימות'דיגע ארונים איבער די וועלט, וואס דער בלאט מיט הייד פארק איז צופיל ליצנות פאר זיי, און דעריבער זיי לאזן דאס נישט אריין אין שטוב, זיי ליינען דאס נישט, אבער דער קול התאחדותנו דארט שעפן זיי זייער אידישקייט, זייער חיזוק, זייער השקפה, זייער אמונה און בעיקר די אמונה טהורה אין גאון הקדוש.

האט דער קול התאחדותנו אריינגעלייט פאריגע וואך א מעשה, וואס קוקט אויס זייער מאדנע כמעט ווי א אויסגעבאקענע אידישע ליכט מעשה'לע, וואס פארציילט זיך בערך אזוי: אז דער טשארטקאווער האט געזאגט פאר א משכיל איבער די גרויסע חכמה וואס ליגט אין דעם אייפעל טורעם אין פראנקרייך, וואס איז מלא מדע וחכמה, און ער האט געפרעגט דעם משכיל צו ער האט באמערקט די חכמה נפלאה פון דעם פענסטער אין דעם אייפעל טורעם, וואס דער פענסטער איז אזוי קונסטלעריש געמאכט, און עס איז ממש צו באווינדערן אז דער פענסטער ברענגט אריין דעם גאנצן לופט און די ליכטיגקייט פארן גאנצן טורעם. דער משכיל האט נישט געוויסט דערפון צו זאגן, האט ער זיך אריבערגעכאפט קייין וויען און פארשאפט ביכער וואס שרייבן וועגן דעם אייפעל טורעם און דארט האט ער טאקע געזעהן אז סאיז ממש ווי דער טשארטקאווער זאגט, און אזוי איז דער משכיל פארחלש'ט געווארן און ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער חוזר געווען בתשובה, דאס איז בערך די שאדעלע באדעלע.

נו וואונדערט איר זיך וואס איז דאס נוגע, ווייל צום סוף שרייבט דער קול התחאדותנו דער מקור פון דעם מעשה, דער מקור איז פון ספר לפיד האש, דאס איז א מעשה ביכל פון קלויזענבורגער זאל זיך מיען. דאס אריינלייגן געבעקסן בשמו איז נישט קיין צופאל, עס איז זייער קלאר אז דאס איז געמאכט אריינצוברענגען די ציוניסטישע רבי'ס זאלן פארהייליגט ווערן אין סאטמאר און אויסרייסן דעם תמימות'דיגן קנאות געפילן וואס סאטמארע אידן האבן. רוב ארונים האבן שוין נישט קיין שום פראבלעם דערמיט אבער א פראצענט תמימים דארף מען נאך אויסרייסן, הייבט מען אן מיט א תמימות'דיגע געבאקענע מעשה פון א געוויסע ספר "לפיד האש", און שפעטער וועט מען שוין שרייבן גאנצע דרשות פון חיבת הארץ פון דעם קלויזענבורגער, וואס האט זיך מיט בן גריון ימ"ש געהאלזט ווי גוטע פריינד.

דער נאמען התאחדותנו האט א ציל, צו מאחד זיין סאטמאר מיט די ציוניסטישע קרייזן, שוין גענוג געווען מיט די פאנאטיקער.

און אויב וועט אויספעלן אביסל צו בארואיגן די אראבער, וועט מען אויפשטעלן דוד שלמה עקשטיין רעדן אויף בעלזא און מאכן א קאמפיין פאר נטרונא און אין די זעלבע צייט וועט מען ווייטער פיטערן די יוגענט מיט ציוניזים.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2011 20:44 לינק ישיר 




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 18/01/2011 21:11:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2011 20:47 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2011 23:22 לינק ישיר 

מאכט שלום מיטן טאטנס שונאים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 07:05 לינק ישיר 

עס איז דא א ביכל לפיד האש פון הרב אליעזר בערלאנד דער מנהיג פון שובו בנים ברסלב, אפשר איז דער לפיד האש אין די התאחדתנו פון אים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2011 02:21 לינק ישיר 

Klosenburg: C"k Admor M'Satmar MhR"A Visit C"k Rabieny Shlita. Photos: http://twitpic.com/3so03n - http://twitpic.com/3so06x - http://twitpic.com/3so07m



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2011 04:27 לינק ישיר 
דער דזשיגאן עם הארץ נעכטן ביים קלויזנבורגער




תוקן על ידי קעציל ב- 24/01/2011 04:29:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > התאחדותנו: סאטמאר מיט צאנז קלויזנבורג פאראייניגט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext