בית פורומים אידישע געדאנק

ברוך דיין האמת, הרה"ח ר' מענדל גערטנער ע"ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2011 06:28 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת, הרה"ח ר' מענדל גערטנער ע"ה

 

נפטר געווארן היינט יום ד' פ' משפטים תשע"א לפ"ק

הרה"ח ר' מענדעל גערטנער אין די עלטער פון 73 יאר.

בן הרה"ח ר' זאנוועל גערטער ז"ל

לווי' גייט ארויס היינט נאכט 11:30 אזייגער פון ביהמ"ד קהל חרדים בק"י
קיין קרית קאשוי,

יהא זכרו ברוך,
געווען א איז א צדיק.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2011 07:58 לינק ישיר 
נפטר געווארן היינט יום ד' פ' תרימה תשע"א לפ"ק

הרה"ח ר' מענדעל גערטנער ע"ה בן הרה"ח ר' אברהם זאנוועל גערטער ז"ל

איז נפטר געווארן אין דעם עלטער פון 73 יאר.

לווי' אפגעהאלטן געווארן 11:30 אזייגער פון ביהמ"ד קהל חרדים בק"י

12:45 ארויסגעפארן קיין קרית קאשוי,

ער איז געווען א איד א צדיק

יהא זכרו ברוך,



תוקן על ידי 1satmar ב- 03/02/2011 08:10:28




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2011 18:38 לינק ישיר 

ווי טרעפט מען אזעלעכע יודן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 18:43 לינק ישיר 

א שוחט האט געוואלט מאכן א site job פון ארומגיין מעלקען ציגן מילך אין די פארמס און פארקויפען, ער האט זיך זייער געמוטשעט, האט עם איינער גאזאגט ער זאל קאלן ר' מנדל גערטנער פאר עצות, האט דער שוחט געזאגט,  ווי אזוי קען איך פרעגען פון קאמפעטישען? האט יענער גאזאגט, קענסט ר' מענדל ריאיג פרעגען, האט ער געקאלט, האט אים ר' מענדל ארויסגעהאלפן מיט אלעם, און ער האט אויך געזאגט אז אויב ער בלייבט מיט סחורה קען ער עס איבערנעמען. זאל ער זיין א מליץ יושר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 19:08 לינק ישיר 

וואס עפעס האט מען עם גילייגט אין קרית קאשוי ווען אין קרית יואל איז דא דריי בתי חיים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 20:15 לינק ישיר 

רצונו של אדם זה כבודו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 20:30 לינק ישיר 

א מין קשיא, צו ליגן לעבן קאשויער רב זצ"ל איז עפעס א קליינע זכי'? באמת א קליגער איד! פאר אזא איינעם וואס האט געהערט צו קהלות בני יואל, און צו ליגן בחלקת רבינו זצ"ל איז פאר איהם נישט געווען קיין אפציע, זיך צו אויסוועלן זיין מקום מנוחה לעבן קאשויער רבי זצ"ל, קען נישט זיין קיין שענערע מקום מכובד! אשרי לו, ויהי זכרו ברוך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 20:44 לינק ישיר 

זעהט זיך אויס אז מען קען זיין א הערינג פרעסער און א פיס קראצער, און נאך אלץ זיין א קלוגער איד....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2011 20:59 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
רצונו של אדם זה כבודו.


הא גופא קשיא, פארוואס איז דאס געווען זיין רצון, ס'איז דאך א בזיון המתים אוועק צו פירן איינעם פון די שטאט ווי ס'איז דא א בית החיים, למען האמת איז דער ענטפער פון סקאט נתקבל על הדעת, און ס'איז גאנץ מעגליך אז דאס איז געווען טעמו ונימוקו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 03:47 לינק ישיר 

דאס איז פשט פון רצונו של אדם זה כבודו, וואס ביי דיר הייסט כבוד רעדט נישט צו יענעם,
און ביים יענעם איז דער גרעסטער כבוד אזא זאך וואס דו פארשטייסט נישט.

ביי די אהרונים איז א כבוד צו ליגן אין די גע'גנב'עטע ערד...
ביי די זאליס איז א כבוד צו ליגן אין די נייע חלקה אינעם "הר יואל", וואס איז סמוך ונראה צום רביה"ק זי"ע,
און געהערט צו זייער קהלה, בלי שום חשש גזילה, מיט ערליכע שכנים וועמען זיי זענען מחשיב.
ביי די בני יואל איז א כבוד צו ליגן אין זייער קהלה מיט די ערליכע אידן תלמידי רבינו וועמען זיי זענען מחשיב.
און פאר ר' מענדל ע"ה איז געווען א כבוד צו ליגן אין קרית קאשוי,
וואס האט אויך די מעלות פון א בית החיים אין אידישע שטאט, נישט ווי ניו זשוירסי וואס ס'איז שווערער צוצוקומען.


דער סך הכל איז אז מען דארף מאכן די ברכה "הטוב והמטיב" אז מען קען אפהיטן דעם כבוד המתים והחיים,
און מען קען שוין נישט נוצן דעם בית החיים אלס שטעקן און אלס טעראר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 16:27 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
דאס איז פשט פון רצונו של אדם זה כבודו, וואס ביי דיר הייסט כבוד רעדט נישט צו יענעם,
און ביים יענעם איז דער גרעסטער כבוד אזא זאך וואס דו פארשטייסט נישט.

ביי די אהרונים איז א כבוד צו ליגן אין די גע'גנב'עטע ערד...
ביי די זאליס איז א כבוד צו ליגן אין די נייע חלקה אינעם "הר יואל", וואס איז סמוך ונראה צום רביה"ק זי"ע,
און געהערט צו זייער קהלה, בלי שום חשש גזילה, מיט ערליכע שכנים וועמען זיי זענען מחשיב.
ביי די בני יואל איז א כבוד צו ליגן אין זייער קהלה מיט די ערליכע אידן תלמידי רבינו וועמען זיי זענען מחשיב.
און פאר ר' מענדל ע"ה איז געווען א כבוד צו ליגן אין קרית קאשוי,
וואס האט אויך די מעלות פון א בית החיים אין אידישע שטאט, נישט ווי ניו זשוירסי וואס ס'איז שווערער צוצוקומען.


דער סך הכל איז אז מען דארף מאכן די ברכה "הטוב והמטיב" אז מען קען אפהיטן דעם כבוד המתים והחיים,
און מען קען שוין נישט נוצן דעם בית החיים אלס שטעקן און אלס טעראר.

דו מאכסט די קשיא אסאך ארגער, איך פארשטיי אז ער וויל נישט ליגן מיטן דברי יואל וועגן זיין שכן און אוי ל. ואוי ל.,
אבער וואס טיט טיט זיך מיט יעקב יואל באנדא'ס חלקה וואס הייסט טאקע הר יואל על שמו הקדוש, פארוואס האט ער נישט געוואלט גיין אהין, ס'האט נישט קיין חשש גזילה, ס'איז אין א אידישע שטאט נישט ווי ניו דזשערזי, ס'איז סמוך - כאטש ס'איז נישט נראה - צום ציון הקדוש פון דברי יואל, אבער ווי נישט ווי איז עס דאך סמוך, און וואס טיט זיך מיטן בית החיים הר אברהם ע''ש הקדוש ר' אברהם לייטנער, פארוואס האט ער נישט געוואלט ליגן סמוך ומראה צו ר' אברהם לייטנער, עס שטייט דאך ויאמר אברהם אל ''נעריו'' שבו לכם פה... אוועק צו פארן פון א שטאט ווי עס איז דא א בית החיים איז א בזיון המתים,
תורה הוא וללמוד אני צריך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 17:45 לינק ישיר 

משהלע כתב:
 אוועק צו פארן פון א שטאט ווי עס איז דא א בית החיים איז א בזיון המתים, 


מקור לזה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 18:01 לינק ישיר 

כתבו רבותינו בעלי השולחן ערוך בסעיף ב:

אין מוליכין מת מעיר שיש בה קברות לעיר אחרת, אלא אם כן מחוץ לארץ לארץ, או שמוליכין אותו למקום קברות אבותיו
ויש שכתבו הטעם ד"אין מוליכין..." משום כבוד המתים הקבורים כאן (ש"ך סעיף קטן ד).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 18:07 לינק ישיר 

נישטא אזא רמ"א, (קרעדיט רא"ט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 18:23 לינק ישיר 

דער תלמיד חכם משה'לע (אזוי ווי זיין רבי א"ט) איז נישט מסביר פארוואס

מען ברענגט כסדר מענטשן צו קרית יואל פון מאנסי ווען עס איז דא דארט א בית החיים?

מען ברענגט מענטשן פון מאנטריאל ווען עס איז דא דארט א בית החיים?

מען ברענגט מענטשן פון לעקוואד ווען עס איז דא דארט א בית החיים?

מען ברענגט מענטשן פון לאנדאן ווען עס איז דא דארט א בית החיים?

יעצט פארשטיי אויך אז מען ברענגט פון קרית יואל אפילו עס איז דא דארט א בית החיים, פינטל!,

און וועגן די הלכה חלק זאלסטו דיך קודם זעצן לערנען (נישט דרייען מיט די פינגער און דאשיק אזוי ווי דיין רבי, נאר "לערנען") דעמאלסט וועסטו קומען זאגן דעות בהלכה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 18:29 לינק ישיר 

אוודאי מלך מלכים, ביי די זאלי עם הארצים, איז נישטא קיין רמ''א, נישטא קיין בית יוסף, נישטא קיין ב''ח, נישט קיין ש''ך, נישט קיין מגן אברהם אדער טורת זהב, נישט קיין תורת משה, נישט קיין ואלה המשפטים, נישט קיין ויואל משה, און נישט קיין באשעפער, איין זאך האט איר, א רבי א שטויסער, וואס שרייט און וויינט גנבים וחמסנים, נעבעך נעבעך.


תוקן על ידי משהלע ב- 04/02/2011 18:31:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברוך דיין האמת, הרה"ח ר' מענדל גערטנער ע"ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext