| נשלח ב-11/2/2011 19:34 |
|
| |
לעב ריזאלטס: ארונישע אריזאנע מצות - ספק חמץ

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 11/02/2011 20:58:51
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 19:38 |
|
| |
א בראך אויף מיין קאפ, ראביי ברעכער, א פרישער פאברעכער, וואס שעמט זיך ראביי לויפער צו לייגן זיין נאמען, פארוואס אויסברעכן א נייעם נאמען ראביי ברעכער,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 19:57 |
|
| |
נעבעך, נאכדעם וואס די גויאישע צייטונגען האבן פאר א יאר (נאכדעם ווי זיי האבן ארום געשיקט ריפארטערס צו אלע היימישע מצה בעקעריס, צו פארזיכן דעם טעם פון די מצות) באריכטעט, אז די זאלי מצות זענען גראב ווי א גרויסע ש''ס גמרא און ס'האט א טעם פון א פלייוואד, און היי יאר ווען די זאליס רופן זייערע קאסטאמערס פאר די פסח מצה ארדערס, און אריבער 60 פראצענט זאגן עפעס תירוצים פארוואס היי יאר דארפן זיי נישט קיין מצות, האבן זיי באשלאסן ארויס צו קומען מיט א באמבע, נישט מער און נישט ווייניגער אז די אריזאנע מצות, (וואס אגב האבן די גויאישע צייטונגן בארעכטעט אז ס'איז זייער בטעמט, און דין, זיי האבן באקומען די צווייטע העכסטע גראד) זענען "ספק חמץ", הפנים, מיר האלטן שוין אויף א וועג, ווייל איך געדענק נאך ווען אריזאנע מצות איז געווען "וודאי" חמץ גמור, זעט אויס אז עס בעסערט זיך.
למעשה וועט דאס זיי העלפן וויפל די קאטשקע עלילת דם האט זיי געהאלפן, ווי אזוי האט צעלעמער רב שליט''א געזאגט פאר דעם אפגעריסענעם אברהם לויפער? פאר א שקרן גלייבט מען נישט אפילו ווען ער זאגט אמת...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 20:18 |
|
| |
די גויאישע צייטונגען האבן באריכטעט אז די ארונישע גוישע ליעזאנס זאגן אז זיי גייען אויפשטורעמען די מצה בעקעריי, און זיי האבן אויך באריכטעט אז די מחלוקה איז געווארן צווישן די ארונים מיט זאלונים צוליב די ווייץ וואס רעגנט און צוליב די שחיטה מונחת וכדו', וואס יעדער דא ווייסט אז דער גאנצע רעפארט פאר די גוישע צייטונגען קומען פון די גוים פון די ארונים וואס רופן זיך ליעזאן אזויווי וויטריאל אינדיג וואס גייען אריין אין קלויסטערס צו געבן כבוד פאר די פאליציי און רעדן אויפן טעלעפאן שמיני עצרת און שבתים וימים טובים,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 21:00 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 21:22 |
|
| |
די באני רעבעט איז ארויס פון די היט.
מהר"א האט אייביג געזיכט מכשיל צו זיין טריפה כלל ישראל. יעדע נאכט פאר ער גייט ארויף אויף זיין געלעגער מאכט ער א חשבון וויפיל אידן ער האט מכשיל געווען, און אויב עס איז אונטער 10 טויזענט, גייט ער נישט שלאפן ביז ער האט א נייע פלאן.
אשריך הרב לויפער אז דו האסט זוכה געווען צו ראטעווען כלל ישראל און זיי צוריקברענגען צו די אמת'ע מסורה. און לויט ווי מ'גיבט איבער טרעפט מען יעצט ארכעלאגישע טרעפונגען אין לאנג איילענד, און לויט ווי עס זעהט אויס האט משה רבינו געשיקט שליחים קיין לאנג איילענד צו קענען שניידן די מסורה'דיגע ווייץ.
און א נייע בריוו וואס עס גייט יעצט ארויסקומען פון די לישקע, איז אז דאס וואס די רבי ז"ל האט געשניטן ווייץ אין אריזאנע, דאס איז געווען נאר פאר די גוים פון די עירוב אויף ראדני סטריט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 21:40 |
|
| |
משהלע, חדשות- זאל ליגן אפילו א גראבן ווייצל אין דיין געדינגענע מצה בעקערי וועסטו דאך טרעפן א בארג מיט תירוצים עס צו מאכן גאר פאר מהודר'דיג, ס'הייסט? אפילו די גויאישע ריפארטער האט געזאגט אז ס'איז בעסער... און אפילו די וועס נישט טרעפן תירוצים וועסטו דאך בלייבן מיט דיין ליצנות, לישקע מיט קישקע.
מ'זעהט בחוש ווי דער ארונישע מתחדש האט דורעכפעלער ביי יעדע פון זיינע מכלומר'שטע אויפטיאונגעונגען, אז מ'מיינט נישט דעם אייבישטער נאר להגדיל שמו, און מ'מאכט אוועק פריערדיגע צדיקים שניידט מען אפ ווי דער עם הארץ,
איך וועל נישט אריינגיין נאכאמאל אין די אלע מכשולות וואס איז שוין ארויסגעקימען פון דעם ע"ה שוטה, פאר איין סבה, ווייל איך בין נישט נייגעריג איבערציהערן דיין זאק מיט תירוצים וואס איך קען שוין אויסעווייניג, נאר איין זאך די אריזאנע ווייץ אויפטו האט דער ע"ה אויסגעבראכן מיטן מבזה זיין צדיקים הקודמים, קיין גוטס וועט שוין פון דעם נישט ארויסקימען, אז ס'איז נישט דא קיין סייעתא דשמיא וועט זיין מכשולות יעדע יאר, און טאקע שטארקע מכשולות.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 21:46 |
|
| |
איך האב נישט געוואוסט אז הרב לויפער איז פון די צדיקי הקודמים....
ווייל ער איז די אייניגסצטער פון ווען מ'האט געטריבן לצנות און איז געווארן דער נער פון ווארשע.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2011 22:18 |
|
| |
36mg out of 100g is the same as: 1 out of 2,778; or 0.00036 of 1; or 0.036%
7mg out of 100g is the same as: 1 out of 14,286; or 0.00007 of 1; or 0.007%
ס'נישט מעגליך אז אזא נישטיגע פראצענט זאל מען זאגן אז ס'קאסט ווי געזאלצענע ניס,
אויב 0.036% סאדיום איז א חשש חמץ, איז אין לדבר סוף, פארוואס זאל מען נישט חושש זיין פאר 0.007% סאדיום
ווי פונקטליך הייבט זיך אן די חששות?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2011 00:10 |
|
| |
חששות הייבן זיך אן ווען מ'איז משנה - פאר אביסל אטענטשאן - פון וואס עס איז געווען איינגעפירט אלע יארן. יעצט זאל זיך ר' אהרן טייטלבוים עסן דעם הוט מיט עפעס א רעבעלע אין וויליאמסבורג ר' אברהם לויפער, וואס מאכט אים קאפ ווייטאג אויף אזוי ווייט אז חוה"מ פסח וועט ער זיך ווייטער נישט קענען איינהאלטן און אויסברעכן א פייערדיגע קאקאו - פלעטבוש דרשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2011 04:29 |
|
| |
סענאטאר כתב: חששות הייבן זיך אן ווען מ'איז משנה -
משנה????????? פון וועם? משנה פון וואס? און וועלכע תורה שטייט אז מען מעג נאר שניידן אין לאנג איילענד? אפשר ברויך מען צירוק גיין קיין מצריים שניידען ווייל מען טאר נישט משנה זיין פונעם דרך האבות? און וויאזוי האט דער רבי ז"ל צוויי יאר געמעגט משנה זיין און ניצן אריזונע ווייץ? וויאזוי מעג גאנץ ארץ ישראל משנה זיין און ניצן ווייץ וואס עס רעגענט נישט דעראויף זומער חדשים???
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2011 05:38 |
|
| |
צו זאגן אז סאיז ספק חמץ אויף אזאך וואס אסאך אידן עסן איז אן אחריות, און עס באלאנגט פאר גדולי תורה בעלי הוראה צו פסק'נען, עכ"פ א פלאקען איז עס זיכער אריינגעווארפן אין די שחצנישע דעמעגאגישע בעל דרשן וואס האט מיט זיין משכילישע שפראך אפגעחוזקט פון אלע צדיקים מדורי דורות וואס האבן געניצט מהודר'דיגע ווייץ אויף מצות, און נישט געניצט געקינצעלטע ווייץ וואס וואקסט אין מדבריות אן קיין רעגן מן השמים,
הגם דער שוטה האט זיך אויפגעשטעטלט מערער זיין אויף מצות וואס רוב כלל ישראל עסט אז סאיז חמץ גמור, אפילו זיין אייגענע בעקעריי האט אויך פארקויפט פון די חמץ גמור מצות, און אלס האט ער געבויט אויף א כלי וואס ער האט געקוקט ווען ער איז געווען אין ניו העמפשיר, אבער קיין ערנסטער אחריותדיגע רב וועט נישט מערער זיין אויף קיין מצות איידער עס ווערט נתברר בבירור גמור אז עס איז א פראבלעם,
עס איז לכאורה א אינטערסאנטע שאלה וואס רבנים וועלן שרייבן תשובות, און איך רעד ערנסטע רבנים נישט ווי די לצים וואס האבן געשריבן בירורים אויף זייער משכילישער מהלך אז מוסקאווי דארף נישט קיין מסורה וכדו',
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2011 17:11 |
|
| |
שארטקאט. רב לויפערס מעשיות מיט זאלציגע ווייץ איז שוין אלט 2 יאר. איך ווארט שוין זייט דעמאלטס אויף די תשובות פון רבנים. דערווייל איז דער שארמאשער געווען דער איינציגסטער וואס האט געשריבן א "תשובה" דערויף. און דערווייל האט איר נאכנישט געענטפערט. וואס איז די חילוק צווישן 0000.7 מ"ג און 0000.32 מ"ג? אויב איז עס אסור במשהו ביסטו דער וואס רעדט אויף צדיקים הקודמים אז זיי האבן געגעסן חמץ. איך געדענק אנפאנג פון די פרשה איז רב לויפער ארויסגעקומען מיט 33 איסורים. און ווען מען האט אפגעפרעגט איינס האט ער גראד געטראפן א צווייטע. איך ווארט יעצט נאכן אפרעגן די איסור זאל ארויסקומען פרישע 33 איינס נאכן אנדערן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2011 17:13 |
|
| |
[גראדע דענק איך נישט אז איינער זאל מציע זיין אז מוסקאווי "דארף נישט" קיין מסורה, וואס זיי האבן שטענדיג געטענה'ט אז "ס'האט" א מסורה, לפי רוב גדולי הדור הקודם,
נאר אגב, אזוי ווי מ'האט עס שוין דערמאנט, איך וויל עכט נישט פארדרייען דעם נושא,]
לענינינו, האדמו"ר מ'סאטמאר, ר' אהרן שליט"א האט קיינמאל נישט גערעט אויף די צדיקים הקודמים, ח"ו, אדרבא ואדרבא, די צדיקים הקודמים האבן לשיטתו אלע יארן געגעסן טאקע דייקא "אריזאנע" ווייץ, טאקע נישט פון די שטאט "אריזאנע" אבער די זעלבע חומרה'ס ווי אריזאנע, מיט דעם וואס זיי האבן זיך מטריח געווען צו באקוקן יעדן ווייצ'ל און אויסגעקלויבן די מצומחות ומבוקעות, שיקנ'דיג מיט דעם א קלארע סיגנאל פאר די איבעריגע המון עם וואס זענען נישט ביכולת צו אויפנעמען א שטאב מיט מענטשן צו קלויבן די ווייץ, אז זייער ווייץ איז טאקע כשר אבער א בדיעבד וגם, מיט דעם וואס רביה"ק איז 2 יאר געגאנגען קיין אריזאנע, האט ער ווידער געשיקט א קלארע הוראה לדורות פאר זיינע תלמידים וחסידים, אז לבו נוקפו איבער די היזיגע מצות, און עס איז קלאר נישט קיין לכתחלה שבלכתחלה,
ממילא, רצה ר' אהרן שליט"א לזכות את ישראל, לפיכך האט ער מיט גרויס סייעתא דשמיא אהער געשטעלט די זעלבע חומרה'דיגע ווייץ ווי אלע אונזערע רבי'ס ובפרט, רבינו הקוה"ט זי"ע וואס זיי האבן שטענדיג געהאט די פרעוויליגיע צו האבן, נקי לגמרי מחשש מצומחות ומבוקעות, און מיט דעם פארפולקאמט די לאנגער וואונטש וואס רביהקוה"ט האט אזוי געלעכטס, אז אלע אידישע קינדער זאלן קענען האבן ווייץ למהדרין מן המהדרין, עס איז ברור אז רבינו ז"ל איז איהם זיכער מכיר טובה, אשרי לו!
וואס יא, דא קען יא נולד זיין א גאר אונטערסאנטער שאלה, וואס איז ווערד פאר רבנים ותלמידי חכמים צו מברר זיין, אבער נישט און די כשרות פון די אריזאנע מצות צו עס הייסט זאלציג, דאס איז לפע"ד הבלי הבלים ואין להם שחר, דער ריכטיגע שאלה איז ווי ווייט מ'קען זיך סומך זיין אויפן טעכנאליגיע פון לעברעטאריעס צו מברר זיין קאמפליצירטע שאלות הלכה למעשה, איך האלט אז עס ס'דא א סברה לומר אז דאס קען זיך גרעניצן מיט ממש עקירת דת ודין תורתינו, אז מ'נעמט א גאנצער יורה דעה, ח"א, מיט אירע שווערסטע מקצועות, און מ'איז אלעס דוחה פאר א לעברעטאריע רעזאלט, כאילו ח"ו אונזער חז"ל ושו"ע איז נישט געווען אזוי רעפונירט ווי דער לעברעטאריע, רח"ל, תוצאיו מי ישורנו,
דאס אמאל זיכער אז איינער וואס האט מורא פון "חדשות", פון זאכן וואס מ'האט קיינמאל נישט געזען ביי אונזערע זיידע זייט קבלת התורה, איז א דבר פשוט מאוד וועט זיכער שטיין גאר ווייט פון אזא זאך, ספעציעל פאר די וואס דער חת"ס איז טייער ביי זיי וואס האט אונז געלערנט אז חדש אסור מן התורה, וכל המשנה ידו על התחתונה.
אייער פריינד
ראדני קינג
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2011 21:29 |
|
| |
רב ראדני קינג מיט דיין כח התורה וועל איך מיך נישט דינגען, בפרט ווען די פארשטייסט אז מברר זיין פאקטן אין לעב איז אן איסור חדש, און באלד וועט נאך דיין רבי מיט זיין כח הפלפול מברר זיין צו חדש איז נוהג בחוץ לארץ אדער נישט,
ובנוגע די אריזאנע מצות צו זאגן רצה ר' אהרן לזכות את ישראל איז א ליצנות, ווייל דער ערפינדער פון דעם אריזאנע ווייץ איז א אינגערמאן פון בארא פארק וואס הייסט כייעם, ער איז א תלמיד פון ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א ער איז א פרומער אינגערמאן וואס זוכט הידורים, ער איז אויפגעקומען מיט די איידיע, און האט באשלאסן אז מען קען פון דעם מאכן פרנסה איז ארומגעגאנגען צו בעקערייען ווייזן דעם אויפטוה ובתוכם די בראדוויי מצה בעקעריי, די בראדוויי בעקעריי האט נישט געוואלט קיין נייע זאכן, און פאפא בעקעריי און ר' אהרן'ס בעקעריי האבן זיך יא צוגעכאפט דערצוה,
למעשה האט ר' אהרן יא אפגעלאכט פון די צדיקים הקודמים ווען ער האט געזאגט מ'האט אריינגעווארפן א פלאקען מהאט ארויסגענומען היתר פון טאש וכדו' משכילישע פראזן, כאילו די רבנים זענען געווען לצים וואס האבן געהאט גרייט היתרים לעת הצורך,
בנוגע וואס רביה"ק מסאטאמר האט גענומען צווי ייאר פון אריזאנע איז נישט געווען פון מקומות שאין הגשמים מצוים שם, עס איז געוואקסטן מיט נאטירליכע רעגן וואסער, משא"כ דארט ווי מען שנייט פאר ר' אהרןס מצות איז פון פלעצער ווי עס רעגנט נישט און עס וואקסט מיט קעמיקעלס,
דער עצם מציאות אז עס וואקסט נישט נאטירליך נאר מיט קעמיקעלס איז א חידוש, אפילו אויב עס וואלט נישט געהאט מער פראצענט זאלץ ווי אנדערע ווייץ, וואלט מען אויך געדארפט חושש זיין אז עס איז א נייער זאך,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2011 00:17 |
|
| |
איך וויל פרעגן פאר די אלע תלמידי חכמים דא וואס מסתמא קענען זיי גאר גוט לערנען, און אויך פאר די אלע שרייבערס וואס קענען גוט די מעשה.
איך פארשטיי נישט וואס איז פונקטלעך די לעב?
האט מען געגבען פארן לעב מצות אדער ווייץ?
ווער איז א עד נאמן אז דאס איז טאקע פון לאנג איילענד אדער אריזונא?
אויב איז דאס ווייץ קען איינער ברענגען ווי אין שו"ע אדער נושאי כלים ווערט געברענגט אז מע דארף שיקן ווייץ צו א לעב צו וויסן וויפיל זאלץ אדער צוקער דאס האט?
ווי ווערט געברענג בכלל דער איסור פון לייגן זאלץ און ווי דער איסור פון לייגן צוקער?
וויפיל איז די מאס צוקער וואס ס'איז דא אין די ווייץ?
צו ווייסט דער לעב אז אין ווייץ איז דא זייער אסאך צוקער, אסאך מער ווי זאלץ?
אויב איז עס געווען מצות נישט ווייץ
פון וועלעכע בעקערי איז דאס?
ווער איז עדות אז דאס איז טאקע פון די בעקערי?
אפשר איז די מצות פון לאנג איילענד ווייץ וואס מע האט געגבען פאר לעב באמת אריזונא?
אדער אפשר האט מען פארן עס געבען פארן לעב אריינגעמישט זאלץ אין די מצות.
און צו שווערסטען קשיא וואס איך האב
איז דא א מסורה אז אין מצרים, ארץ ישראל, בבל, פרס, ארץ ישראל, אדום, ספרד אשכנז, פולין, דייטשלאנד, אויבערלאנד, אונטערלאנד, וכו' וכו', האבן דארט די גדולי הדור געגבען פאר א לעב איבער צו קוקן זייער ווייץ פארן עסן?
האט דער רבי אין אמעריקא געגבען פאר א לעב דאס ערשטע יאר צו איבער קוקן די ווייץ?
איז טאקע א תורה חדשה מאתכם יצא?, אז פאר מע קויפט ווייץ (וואס עפ"י הלכה איז מותר לכתחילה שמירה משעת טחינה וכן נהגו רוב רובם פון די זיידעס פון לעפקאוויטש און יקאבאוויטש, אדער מהדרין זענען שמירה משעת קצירה), ווי איז גהערט געווארן אזא סילוף התורה אז מע דארף קוקן וויפיל זאלץ איז דא אין די וואסער, אדער אין די ווייץ?
זענען שוין מסלפים ערגער פון בלעם הרשע שהשנאה מקלקלת את השורה?
 |
|
|
|
|
|