ווי יעדער ווייסט אין איז שוין אויסגעשמיעסט געווארן פילע מאל האט זיך פארן דזשיגאן עם הארץ פארגליסט 12 יאר צוריק אם 6 אזייגער פארטאגס איינצונעמען גאנץ קהילה קדושה סאטמאר, אבער איז בחסדי השם אפגעווארפן געווארן סיי דורך רבינו בעל בירך משה זצ"ל און סיי רובה דרובה תלמידי וחסידי סאטמאר אריינגערעכענט סאטמאר'ע דיינים אלוועלטליך.
אין א פארלוירענע שריט האבן זיך דעמאלטס צוזאמגעזעצט אונעם ספינקא בעיסמענט אויף 575 בעדפרד עוועניו בשליחות פונעם עם הארץ זייערע קארפען קעפ, אנגעהויבן ביי בערל פרידמאן געענדיגט מיט דעם געוועזענע ארעסטאנט יוסי בראך,מען האט העפטיג דיסקאסירט ווי אזוי נעמט מען איבער די מוסדות אין קהילה וואס האט זיך אזוי ארויסגעגליטשט פונעם דיקטאטורס הענט.
עס איז בדרך הלצה בערך ווי דער עגיפטען פרעזידענט מובאראק די חילוק איז נאר אז מובאראק מיט זיינע שטיצערס האבן גלייך אנערקענט אז די מענטשען ווילען אים נישט, אבער אונזער באליבטער דזשיגאן עם הארץ וואס ריפט וועכענטליך ארויס א שמייכל ביי פילע אויף די לעפצען וויל עס נאכנישט אנערקענען.
האבן זיי דעמאלטס באשלאסן אז מען וועט גיין אין קארט ווי "דער ריכטער מיטן שווארצע חאלאטל וועט מאכן ארדענונג" אין צוריקשטעלן דעם עם הארץ אלץ מושל בכופה, אזוי אז מיטואך וועלן די זאליס וואס האבן נישט עספייעט ארויסצונעמען די טלית ותפילין זיין געצווינגען צו בארגן פון אחים שטוהל'ס גמ"ח.
עס איז איבריג איבערצוגיין די אלע פאסירונגען וואס האט זיך אלץ אפגעשפילט זייט דעמאלטס ווי למשל פארקויפן זיצן (אין זענען געווען געצווינגען צוריקצוגעבן די געלטער), געקלעבט בלוי געלע סטיקערס מיטן אויפשריפט "זאלי 2000", ווארפן פאשקעווילן טאג טעגליך, איבערדרייען די ביהמ"ד, מבזה זיין דעם רבי זצ"ל, מבזה זיין ספרי תורה, שמיני עצרת געשלעגערייען, שיינען מיט לעיזער פוינטער אויפן מנהיג ישראל, א.א.וו. איז אלעס אנגעגאנגען אויף א סיסטאמאטישע אופן ביז זיי האבן ענדגילטיג געווינען נאך א לאנגע קייט פון צענדליגע געוווינסן, דאס איז געווען צו פארדאנקן דעם דאן הויעכגעשעצטן ריכטער ראזענוואסער השם ירום הודו - דאכט זיך מיך אז דער עם הארץ אין ראזענוואסער זענען כהיום הזה וואס האבן זוכה געווען צו אזעלכע שיינע טיטל'ן דורכן בלאט.