מיט גרויס פרייד האט כלל ישראל אויפגענומען די פרייליכע נייעס לכבוד פורים אז דאס יאר וועט זיך שוין נישט ר' אהרן פארענטפערן וועגן די חששות אויף די ווייץ, ער האט נאר ארויסגעשיקט אויפן פראנט הרב הדומה לו, יודעלע מייזעלס.
ווי עס דענקן נאך אלע האט זיך דער דזשיגאן עם הארץ געפערליך מבזה געווען פאריאר פסח מיט זיין פלעטבוש - קאקאו דרשה, עד כדי כך אז זיין אייגענע קהלה האט געדארפט לייגן א הסברה אז דער רבי קוקט ח"ו נישט אונטערנעט, נאר ביי זאכן וואס עס זענען דא א צורך.
היי יאר האט פישער גאבע ארויסגעגעבן א ארדער אז דער רבי טאר זיך נישט עפענען ס'מויל צום פובליקום ארום די גאנצע ווייץ פרשה. ביי די ערשטע שערורי' וואס מ'האט גערעדט וועגן די מצות האט מען געשיקט דעם דומ"ץ דברוקלין ר' לייבוש טייטלבוים שרייבן א בריוו אויף היידפארק אז ער גייט ניטאמאל ענטפערן אויף דעם.
די טעג ווען עס איז נתפרסם געווארן די שרעקליכע שערורי' איבער די זאלץ אין די שוין פונלאנג מפוקפק'דיגע אריזאנע ווייץ, האט מען ווידער געשיקט שליחים קיין היידפארק זיך צו פארענטפערן, דאסמאל איז דאס געקומען דורך דעם שליח דומה למשלחו יודעלע מייזעלס פון מאנרא.
און פישער האט שוין ווייטער אויסגעפירט אז דער רבי עפענט נישט זיין מויל אין דעם נושא. אבער זאך קענער זאגן אז ווען דער דזשיגאן עם הארץ זעלבסט ענטפערט ווען א תשובה אויף די שערורי', וואלט דאס נישט צופיל בעסער אויסגעקוקט...