בית פורומים אידישע געדאנק

שטורעם • ראב"ד י"ם: אריזאנע מצות חשש חמץ ממש!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/3/2011 03:08 לינק ישיר 
שטורעם • ראב"ד י"ם: אריזאנע מצות חשש חמץ ממש!

עס האלט זיך אינמיטען אנטוויקלען די גרויסע הידור פון חשש חמץ ממש וואס די אריזאנע ווייץ טראגט מיט זיך, חוץ די הידור פון דזשיגאן זעלבסט אויפן טרעקטאר בשעתן שניידן מיט מאסרי.
 
דער ראב"ד האט אפגעשריבן א בריוו צום דאראגער רב בנוגע די אריזאנע ווייץ, און ערקלערט אינעם בריוו אז לויט ווי עס קוקט אויס איז די אריזאנע ווייץ אן ערענסטע שאלה פון חמץ ממש
 
די דזשיגאן - מייזעלס הידור האט געכאפט א שמעטער דורך דעם בריוו, אין לויטן יעצטיגן פלאן גייען דזשיגאן מיט יודעלע מייזעלס זיך צוזאמזעצן מתחת עצה זיין ווי אזוי מען קען צוריק מתיר זיין די חשש חמץ ממש ווייץ, אזוי אז מען זאל קענען דערקלערן דערויף מהודרת.
 
ווי עס רינט ארויס פון געהיימער קוועלער, הייסט עס אז דזשיגאן גייט נאכאמאל שרייבן א שארפן בריוו פארן ראב"ד אויף א כיטרען וועג, אזוי ווי די פארגאנגענע מאל מיט יודעלע מייזעלס'נס לעדערהעד, וואו מען וועט ווארענען שטערענבויך מיט וועם ער הייבט אן, און מען וועט עס ארויף לייגן אויף די כלי. ויאכלו ענווים וישבעו, און מען וועט מאכן א שווייג.
 
אזוי אויך גרייטן זיך די דזשיגאנער צו די באמבע דרשה פון דעם דזשיגאן עם הארץ חול המועד פסח אין וויליאמסבורג, וואו ער וועט נאכאמאל מסביר זיין דעם עולם פונטקליך די מצב מיט די וועטער'ס וואס מ'קען זען אויפן אונטערנעט, און די קאקוי פון פלעטבוש מה דינא בהאי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 03:11 לינק ישיר 

די גרעסטע קלאפ וואס דעי חברה האבן געכאפט איז:

פשוט און גראד, אז דער גרויסער ראב"ד שליט"א שרייבט זיך מיטן דארגער רב זאל געזונט זיין...............................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 04:17 לינק ישיר 

קען איינער ארויפשטעלן דעם בריוו?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 04:39 לינק ישיר 

איך האב קיינמאל נישט געוויסט וואס פאר א  נוצען זאלץ האט אויף דער וועלט אחוץ שניי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 04:44 לינק ישיר 
איז ווי שרייבט ער אז ס'איז חמץ גמור?


קרעדיט הולך_לבגץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 06:17 לינק ישיר 

גרוש פארגעס האלט עס נישט אויס, ער שטורעמט מיט חוצפה קעגן די ראב"ד שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 07:37 לינק ישיר 

די אהרונים זענען נאך צוטומעלט און צושאקעלט פונעם בריוו פון הגאון ראב"ד ירושלים שליט"א, זיי ווייסן נישט וויאזוי צו עסן דאס געשעפט. זיי האבן מורא אז ער גייט שוין אויך ארויף אויף די ליסטע פון די פרישע שונאים פארן דזשיגאן עם הארץ, נאך ר' מלכיאל קאטלער.
 
זייערע טעקסט מעסעדזש גרופעס שיקן צומישטע באריכטן. דא אויף היידפארק האט א נעבעכדיגער שרייבער ארויף געשטעלט דעם בריוו בעטענדיג זיך צו זיינע קאלעגעס מ'זאל מאכן צימעס פונעם בריוו, ווייל ער קען נישט.
 
דער טאשן שניידער, לישע האט זיך שוין געלאזט הערן היינט אין קרית יואל, וואו ער האט בטוב טעם ודעת, שטייטערהייט כדרכו, מסביר געווען ס'ענין. ער טענה'ט אז מ'טאר זיך נישט פארלירן, דער ראב"ד האט דערלאנגט א רוק אבער מ'וועט דאס אריבערטראגן. נאכער האט ער מיטן גראבן פינגער געלאזט הערן א פשעטיל פאר די לאקאלע אקסן, אז לפי שיטת שטערנבוך קומט אויס אז תשכ"ט ווען דער רבי ז"ל האט געגעסן אריזאנע ווייץ, האט דאך דער רבי געגעסן חמץ גמור ממש. ווען איינער האט אים געגעבן א ווארף אריין אז לשיטתו (וואס מיינט שיטת דזשיגאן אהרן טייטלבוים, ווארים לישע עצה'ט דאך די אלע חכמה'לעך) האט דאך דער רבי ז"ל מיט ברך משה געגעסן אלע יאר חמץ, חוץ תשכ"ט. ער האט נעבעך נישט געהאט וואס צו ענטפערן, נאר געזאגט אז ער וועט דעם ענין דורכרעדן מיט יודעלע מייזעלס, און ביז שבת וועט זיין א תשובה אויף די גאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 14:53 לינק ישיר 

סאטמאר טעקסט האט מפרסם געווען א צווייטע בריוו וואס איז נישט די זעלבע פון דעם בריוו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 20:15 לינק ישיר 

אוי איז דאס נעבעך קעלבלעך..
קעלבל נומבער 2 הערט פון קעלבל נומבער 1 אז ס'איז דא עפעס א בריוו פונעם ראב"ד י-ם איבער די אריזאנע ווייץ,
דער קעלבל נומבער 2 לויפט שנעל אין איין אימפעט מיט א ברייטן שמייכל ארויספאקן דא אויף הייד פארק מיט א גרויסע געווינס אז דער ראב"ד האט געשריבן אנטקעגן די אריזאנע ווייץ...
דער קעלבל האט ניטאמאל געזעהן די בריוו אדער אפשר זיך נאכגעפרעגט וואס איז איהר אינהאלט, און אויך נאך וואס בחצר קומט און לייגט ארויס די בריוו קבל עם ועדה וואו עס שטייט אדרבה די הידור פון די ווייץ און די גאנצע געווינס ווערט צורינען, איז אבער דער קעלבל נומבער 2 בלינד ער גייט ווייטער אן מיט זיין געווינס אין טויט און אין רויט ער דרייט זיך ניטאמאל אויס צוזעהן צו ער איז נישט קיין געלעכטער... ד.מ. א קעלבל... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2011 20:48 לינק ישיר 

אוישש

ביסט א שטיקל גולם.

די ראב"ד שרייבט אויף גארנישט צו סאיז מהודר,

די ראב"ד שרייבט אז ווייץ וואס האט נישט קיין מצומחות, איז מהודר,

און צו דעם דארף מען נישט קיין ראב"ד, דאס שטייט אין שו"ע, און טאקע אזוי ווי ר' אברהם האט איהם געשריבן (און די ראב"ד שרייבטס אנפאנג פון זיין בריוו) אז מ'וויל נעמען דעי ווייץ ווייל ס'האט נישט קיין מצומחות, און אויב ס'איז אמת איז דאס א גרויסע הידור, און אויף דעם באציט זיך די ראב"ד.

אבער די אמת שוין א פאר יאר וואס די רבנים האבן געשריבן אז ס'איז דא גרויסע חששות אויפן ווייץ, וועגן אנדערע נושאים, און אויף דעם באציט זיך בכלל נישט דער ראב"ד.  (ווי ס'זעט אויס פונעם בריוו האט איהם ר' אברהם נישט פארציילט פון דעם, נאר פארציילט פונעם היי יעריגן פראבלעם)

נעקסט טיים ליין אדורך א בריוו פאר די ביסט מגיב עפעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 21:04 לינק ישיר 

סך הכל פונ'ם בריוו איז, אז די שאלה איז א דבר התלוי במציאות,
איצטערט לעבעדיג: הייבטס ענק אן צו אמפערן אויף די פאקטן....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/3/2011 22:30 לינק ישיר 





תוקן על ידי SatmarBum ב- 22/03/2011 22:31:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שטורעם • ראב"ד י"ם: אריזאנע מצות חשש חמץ ממש!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext