| נשלח ב-12/4/2011 01:33 |
|
| |
נפול תיפול: בלאט קעפל פאר ערב פסח דורכגעפאלן!
אין די יעצטיגע טעג פאר פסח האבן די אהרונים געארבעט מיט איבערמידליכע כוחות צו פארשאפן א באמבאסטישן קעפל פאר דער בלאט, צו גאר פאר זייער נייעם בלעטעל "אוצר" (וואס שטעקט אונטער דער ערשיינונג פון דעם נייעם אויסגאבע וועט נאכפאלגן אין א באזונדערן באריכט. האלט אייך געשפאנט). דער קעפל האט געזאלט אינפארמירן פאר די אהרונים מיט גרויס פרייד אז דער הופפער גאס וועט פארבלייבן דער ווינקל פון פארשטעלונגן און דזשיגאן רעדעס, און אנדערש ווי ביז היינט וואס מ'צאלט שווערע אלפים רענט א חודש, מיטן איינרעדעניש אז מ'גייט נאך באקומען דעם בית המדרש החדש צו גאר א אנדערער בנין וואס געהערט צו סאטמאר, האבן זיי יעצט (ענדליך...) אפגעקויפט (אן געלט, כנהוג) דעם פערצן הופערדיגן שול, און מיט דעם לייגן סתימת הגולל אויף דעם צוועלף יאר'יגן טרוים פון אני אמלוך אני ולא אחר, און אפן דערקלערן אז מ'האט ליידער פארלוירן וויליאמסבורג.
דער ערשטער סטאנציע זייערער צו שאפן דעם קעפל פארן בלאט (און אייגענטליך א שמחת יום טוב פאר די טויזענטער סאטמארער חסידים...), איז געווען ביי די בעלי בתים פון דרייצן הופער. זיי האבן אנגעהויבן פארהאנדלען מיט זייערע פרייזן, אבער מ'האט באלד געזען אז זיי ווילן זייער שטארק אפקויפן דעם בנין, נאר בחינם, ווארום קיין געלט דערצו האבן זיי נישט. אזוי אויך האבן זיי פרובירט זייערע שטיק ביי נאך עטליכע אידן אין וויליאמסבורג וואס פארמאגן גרויסע שטחים, געאייגענט פארן גרעסטן רבי'ן פון די גאנצע וועלט, אבער די אלע אידן האבן גלייך געזען אז קיין געלט קען מען פון די אהרונים נישט באקומען, נאר קאנטראקט צעטליך.
באין ברירה, אז נישט דרייצן זאל כאטש זיין פערצן הופער, האט מען זיך ווידעראמאל געוואנדן צו די אלטע לענדלארד'ס, וועכע האבן שוין מזמין געווען די אהרונים צו דין תורה, משפחת פישמאן. די אהרונים האבן אנגעהויבן שיקן אומצאליגע שליחים און געלייגט אונגעהויערע דרוק אויף די פישמאן ברודער, אז זיי זאלן זיי פארקויפן דעם שטח אויף וועלכע עס שטייט דער וואונדער שול וואס איז אויפגעשטעלט געווארן איבערנאכט. די פישמאן ברודער האבן געענטפערט פאר די אלע שליחים אז זיי זענען מסכים צו פארקויפן דעם שול, אבער מ'זאל זיי הערשט רופן ווען זיי האבן די געלט גרייט ביי א לויער אונטערצושרייבן אויפן קלאזינג, סתם אויף קאנטראקט צעטליך זענען זיי נישט אינטערעסירט צו מאכן קיין געשעפטן, נאכדערצו מיט די אהרונים.
יעצט, אפאר טאג פאר פסח, האבן זיך די אהרונים שוין געטראפן אן א שול אין וויליאמסבורג, און צום לעצט אן א קעפל פארן בלאט הויפזייטל ערב פסח. ווער עס האט עפעס בייפעלער וואס די אהרונים קענען שרייבן אויפן בלאט קעפל אנשטאט דעם נייעס, איז מכבוד צו רופן שמואל ווידער...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2011 01:38 |
|
| |
די נייעס אז 5 ארונישע פעיראל איינגעשטעלטע זענען איבערנאכט געווארן "נייטראלע בארא פארקע דיינים" (די וואס האבן זיך משתתף געווען ביי הרב ברודא'ס ניחום אבילים) איז נישט גענוג קאלארפול פאר א בלאט קעפל...?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2011 02:05 |
|
| |
הערשט פאריגען ערב יום טוב סוכות האט דער בלאט געשריגן אזוי פרייליך וועגן דעם בית המדרש החדש אז מ'האט געקענט מיינען אז ערב פסח גייט שוין דער קעפל מעלדן וועגן דעם חנוכת הבית, דערווייל האבן זיי ניטאמאל דעם פערצן הופפער שול. נפול תיפול איז קליין געזאגט אויף דעם אני אמלוך רעבע.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2011 02:49 |
|
| |
נעבאך די דזשיגאנס 'קענען נישט צו זיך קומען ווי מען האט זיי ארויס געשמיצט פונעם ווילסאן שול, ויקץ ויחלום שנית, זיי הייבן אן צו חלום'ען פון די אהרונים, די אהרונים האבן דאס געטראכט, יענץ געטראכט, זיי האבן נעבעך נייטמערס פון די אהרונים, די דאקטורים האבן פעסגעשטעלט אז זיי ליידן פון א ערענסטן קעיס פון אהרןלייטיס, א רפואה שלימה במהרה.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2011 03:00 |
|
| |
מיר וואלטן ווען געהאט נייטמער'ס ווען מיר זאלן ווען נישט האבן וואו צו דאווענען. אבער ב"ה מיר האבן צענדליגער שולן אין וויליאמסבורג, בשעת ווען אהרן האט ניטאמאל איין צענטראלע, פארוואזשע זאלן מיר האבן נייטמער'ס?
אגב, דיין תגובה האט געזאלט אפלייקענען אדער גאר באפעסטיגן דאס וואס דזשיגאן האט געשריבן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2011 03:52 |
|
| |
צענטראלע מיט וואס?
דו קענסט טוישן די נאמען אויף וועמען די בנין געהערט? דו קענסט פארקויפן די בילדינג? ביסט נישט מער פון די ארונים איו 14 הופער. דו מעגסט דאווענען דארט, אויסקערן דארט, פארקויפן זיצן דארט ותו ליכא. דו ווייסט זייער גוט אז אויב עס געשעט דארט די מינדעסטע פייער, ווערט ראדני אויך אפגעשפארט פאר גוד.
א בנין וואס געהערט פאר איינעם מיינט אז מ'קען דאס פארקויפן, אראפווארפן, און טוהן דערמיט וואס מ'וויל (פארשטייט זיך לעגאל אז נישט וועט מען אויסקוקן ווי דער בעל מחלוקת ע"ה). דאס אלעס קענסטו נישט טוהן מיט ראדני, דאס אלעס קענסטו נישט טוהן מיט בעדפארד, דאס אלעס קענסטו נישט טוהן מיט קיין איין בילדונג וועלכע איז געווארן אויפגעבויעט פאר תשס"א. אלזא, וואס איז דיין שמחה וואס???????? אז נישט מיר און נישט דיר??? זייער פיין און זייער שיין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2011 04:16 |
|
| |
גערעכט, ראדני, מורטיל, ליע גארדנס, סאוט אכט, קליימער, תהילות יואל, ועוד באלאנגן אלע פאר די אהרונים. די זאליס קענען בסך הכל זיצן דארט און מאפן פלאורס, אבער עכט איז אהרן בעל הבית. אפגערעדט פון הופפער סטריט שול וואו אהרן איז שוין בעל הבית אריבער פופציג יאר אן קיין שום מארגעדזש.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/4/2011 00:45 |
|
| |
ממש רוח הקודש...
_________________
|
|
|
|
|