בית פורומים אידישע געדאנק

אריזאנע מצות • גליון ד' (4) • ראשוני ל'אידישע געדאנק'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/4/2011 21:28 לינק ישיר 
אריזאנע מצות • גליון ד' (4) • ראשוני ל'אידישע געדאנק'

דאנערשטאג פר' אחרי — ראשוני ל'אידישע געדאנק' — פערטער גליון אין די סעריע פונעם 'מדור מיוחד':

אין דער ערב פסח אויסגאבע פון 'דער איד' (404 זייטן לכבוד יום טוב) ערשיינט אויך דער ספעציעלער ביילאגע "יומא אריזאנע מצות — מדור מיוחד גליון ד' (4)". דער פערטער אויסגאבע אין די סעריע, מיט פרישע בירורים פון חשוב'ע רבנים ותלמידי חכמים בביאור הענין פון די ברייטע שערורי' וועגן מצה מלוחה פון די יומא-אריזאנע ווייץ. 

 א דירעקט לינק צו דאונלאודן דעם פייל — גליון ד', יומא אריזאנע מצות:


אין די "לשון הקודש" זייטן זענען פאראן די פאלגענדע מאמרים:

מודעה שנתפרסמה ע"י הנהלת קהל יטב לב / פסק הלכה בענין חיטי אריזאנא מאת הגה"צ מוה"ר אלימלך יחזקאל שרגא גאלד שליט"א, אבד"ק שערי חסד מאנסי יצ"ו / מכתב ששלח הגה"צ מדאראג שליט"א להגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א  / כל המכתבים וההעתקות מהפראפעסארן ומהלאברעטאריס /  מכתב מאת אחד מגדולי הרבנים שליט"א אודות הדרשה מרב אחד ממאנסי  /  העתקת מכתב הפראפעסאר להרבנים המתירים /  מכתב גלוי במילתא דעבידא לאגלויי לבקשת הציבור הרוצים לידע אמיתת מציאות סדר ההשקאה בשדות של חיטים ביומא אריזאנא


















אין די "אידישע אפטיילונג" זייטן, ערשיינט גאר א הפלא'דיגער מאמר "הנח להם לישראל, אם לאו נביאים בם, בני נביאים הם" פון אחד הרבנים וועגן די דרשה וואס א רב אין מאנסי האט געזאגט פיל מיט לעכערעליכע סילופים און זילזולים בדברי חכמז"ל / אויך איז דא א בריוו פון א אינגערמאן וועלכע שרייבט אז "פארמער באקלאגן זיך אויף זאלץ אין קאלאראדא ריווער".








דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/4/2011 22:42 לינק ישיר 

מורא'דיג! מורא'דיג! רוח הקודש הופיע בבי מדרשא של אב''ד קהל שבט הלוי במאנסי שליט''א, ווי ער האט געזאגט ביי די דרשה, אז דער וואס זאגט אז די וואסער אין קאלאראדא ריווער איז מלוחים מאוד איז נישט נאר א שקרן וכזבן נאר א שוטה וטיפש גדול, איר גלייבט נישט אז ער איז גערעכט? ליינט דעם גליון ד' וועט איר געוואויר ווערן, דאס מערסטע געפעלט מיר ווי ער שרייט און וויינט פארוואס מען האט נישט גענומען די זקני הרבנים וואס ארבייטן שוין ביי ווייץ אויף פסח אריבער 50 יאר, ווי יצחק שטיין און זושא כ''ץ, יא, יצחק שטיין מיט זישא כ''ץ האבן אנגעהויבן צו ארבייטן פאר ווייץ לפסח נאך במעי אמם וקןדם לכן, פון דא קענט איר זען אז הרב וואזנער איז הייליג גערעכט, מיר האבן דא צוטון נישט נאר מיט א שקרן וכזבן גדול, נאר מיט א שוטה וטיפש עצום מאוד,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/4/2011 23:30 לינק ישיר 

משה'לע, לאמיר אביסל שמועסן וועגן דעם רוח הקדוש וואס האט מופיע געווען ביי רב וואזנער אין שול. ברענג ביטע אהער דעם אומצענזורירטן טעיפ פון רב וואזנער'ס דרשה, און איך וועל זיך נאכדעם אויסקלויבן וואס איך וויל מקבל זיין און וואס נישט, אקוראט ווי די אהרונים טוען דערמיט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/4/2011 00:04 לינק ישיר 

א קאפשטיק פון א דזשיגאן! מיר זענען זייער צופרידן פונעם צענזורירטן טעיפ, און פון דעם צענזוריטן תשובה פאר אברהם לויפער ווי ער שרייבט און זאגט אז מען האט צוטון מיט שקרנים כזבנים, טפשים ושוטים, ועל כולם עמי הארצים גדולים למאוד, איך ווייס אז אינעם אומצענזורירטן טעיפ זאגט ער אז די אריזאנא ווייץ איז חמץ גמור, די אהרונים זענען שקצים וואס פרעסן חמץ בפסח, ואין לנו להרהר אחרי הצדיקים הקדושים מדאראג ושארמאש, אז זיי זאגן מליחים מאוד איז עס מלוחים מאוד, און ווער עס קאסט דאס איז א מחוצף גדול ונורא וכמהרהר אחרי השכינה, דאס אלעס זאגט ער און שרייבט דאס אינעם אומצענזארירטן טעיפ/תשובה, אבער וואס זאל איך טון אז די נארישע זאלי דזשיגאנס, האבן נישט קיין שכל, זיי זענען ביזי מיט גליון א', גליון ב', גליון ג' און ס'האלט שוין ביי גליון ד', ביז תשעה באב וועלן מיר שוין האבן ביז גליון פ''ג, און זיי האבן נישט קיין שכל מפרסם צו זיין דעם אומצענזורירטן טעיפ, און די אהרונים טאנצן פאר שמחה והעיר דזשיגאן נבוכה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2011 00:45 לינק ישיר 
דער באלערנדער מאמר פון הרב ב. שאלאמאן וועגן די דרשה אין מאנסי


הנח להם לישראל, אם לאו נביאים הם בני נביאים הם

הרב ב. שאלאמאן, ברוקלין

די גמרא אין מסכת פסחים (ס"ו ע"א) ביי די סוגיא פון בני בתירא, דערציילט די מעשה, אַז די בני בתירא האָבן פאַרגעסן די הלכה פון קרבן פסח, צי עס איז דוחה שבת, האָבן זיי גערופן הלל הבבלי (הלל הזקן), ששימש שני גדולי הדור שמעיה ואבטליון, וועלכער האָט זיי אַנטפּלעקט די הלכה אַז עס איז דוחה שבת. מיד הושיבוהו בראש, מ'האָט אים געמאַכט פאַר נשיא. דערציילט די גמרא ווייטער, אַז עס איז אויפגעקומען אַ שאלה ווי אַזוי צו טראָגן די מעסער שבת, און הלל אַליין האָט פאַרגעסן די הלכה, האָט ער געזאָגט הנח להם לישראל, אם אין נביאים הן בני נביאים הן – די אידישע קינדער זענען בני נביאים און וועלן שוין וויסן וואָס צו טאָן. צומאָרגנס זענען זיי אַלע געקומען מיט די מעסערס אַריינגעשטעקט אינעם קרבן פסח, און הלל האָט זיך דערמאַנט אַז אַזוי האָט ער מקבל געווען פון שמעיה ואבטליון. די גמרא לערנט אונז צוויי זאַכן וואָס מ'זעט טאַקע ספּעציעל ביים הלכות פסח, אַז מ'מוז זיך האַלטן צו די קבלה וואָס מ'האָט מקבל געווען דורך משמש זיין גדולי הדור; און נאָכמער פון דעם איז די קבלה וואָס אידישע קינדער האָבן פונדערהיים, וואָס זיי האָבן געזען ביי די עלטערן, צו וואָס זיי קלאַמערן זיך – אם לאו נביאים הם בני נביאים הם.

אָט די יסודות, זענען ב"ה איצט זייער שטאַרק אַרויסגעקומען דורכאויס די שערוריה מיט די נייע ווייץ, וואָס חדשים מקרוב באו, צו ברענגן ווייץ פון באַאַרבעטע פעלדער דורך פאַרשידענע נייע מעטאָדן וואָס ברענגט אַרויף פאַרשידענע נייע חששות, און איבערהויפּט דער איצטיגער חשש פון מצה מלוחה:

ערשטנס, האָט זיך אַרויסגעשטעלט ווי שטאַרק מ'קען זיך פאַרפּלאָנטערן אויב מ'פאַרגעסט פונעם יסוד גדול, אַז דער עיקר איז דער שימוש און קבלה פון גדולי הדור; 

צווייטנס, דאַרף אַרויסגעברענגט ווערן לשבחו פון כלל ישראל, אַז טראָץ דעם געפערליכן בלבול המוחות, זיופים און סילופים פון אינשי דלא מעלי, האָט רוב רובו פונעם ציבור – אפילו די וואָס זייערע קרייזן האָבן יאָ גענוצט די ווייצן – געזוכט אַוועקצושטיין דערפון און האָבן נישט געזוכט קיין נייע מפוקפק'דיגע מעטאָדן, וועלכע זענען פאַרבינדן מיט שאלות חמורות אויף וואָס דער מרדכי זאָגט כאוכל חמץ גמור.

דורכאויס די מערכה איז ב"ה אַרויסגעקומען אַז דער המון עם האָט ב"ה די ערנסטקייט וואָס זיי האָבן מקבל געווען פונדערהיים צו יעדע זאַך וואָס מ'נעמט אַריין אין מויל און אין שטוב פסח, און זוכן נישט קיין נייעס אויף וועלכע עס קומען אויף פרישע שאלות און חששות. 

דער ציבור האָט געהאַט דעם ריכטיגן שמעק, טראָץ דעם געדוכטן נעפּל וואָס מ'האָט אָנגעדרייעט, אַרויסרוקנדיג געפעלשטע, געשטיקעלטע דאָקומענטן, מיט וועלכע מ'האָט זיך שוין מטפל געווען און אויפגעוויזן די פעלשונגען.

*

מיט אַ ציטער אין די האַנט ווילן מיר דאָ אָנרירן עטליכע נקודות וואָס זענען געזאָגט געוואָרן פאָריגע וואָך ביי אַ דרשה פון אַ חשוב'ן רב שליט"א פון מאָנסי. מיר ווילן דאָ מקדים זיין אַז מיר זוכן חלילה נישט פוגע צו זיין אין מעלת כבוד תורתו, אָבער תורה היא וללמוד אני צריך, און מ'איז מחוייב קלאָר צו שטעלן די פאַקטן, וואָס ווי עס זעט אויס האָט דער רב נישט געהעריג געוויסט וואָס די שאלה איז, און אויך זענען דאָ עטליכע הלכה'דיגע חלקים וואָס דאַרפן באַרירט ווערן.

דורכאויס די דרשה, זעט מען אַז דער רב שליט"א באַרירט נקודות וואָס זענען בכלל נישט אויפגעברענגט געוואָרן און זענען שאינם ממין הטענה בכלל, וואָס צייגט לכאורה אַז מ'האָט אים נישט געהעריג פאָרגעשטעלט די שאלה און די פרטי הדברים, און ער האָט אויך פאַרזען זאַכן אין אַ פּראָפעסאָר'ס בריוו צו וואָס ער האָט זיך באַצויגן.

דער רב שליט"א זאָגט דאָרט אַז ער האָט טועם געווען די וואַסער, און ס'איז "נאָרמאַלע וואַסער... לא דובים ולא יער." ווייטער זאָגט ער דאָרט אַז ער האָט אַ בריוו וואָס איינער פון די ראשים אין די יוניווערסיטי אין קאָלאָראַדאָ שרייבט, אין וועלכע ער זאָגט "אַז די זאַלץ פון וואַסער דאָרט איז נאָך ווייניגער פון אַנדערע פּלעצער."

אָט די פאַקטן האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט די פראַגע אויב נאָך וואָס די וואַסער טרוקענט אָפּ איז דאָרט דאָ צופיל זאַלץ, און צי די מאָסן פון די זאַלץ קענען האָבן אַ השפעה אויף די געוואוקסן און מאַכן די זאַכן וואָס וואַקסן אַרויס דערפון זאַלציגער. האָט דען איינער געזאָגט אַז מ'קען נישט טרונקען די קאָלאָראַדאָ ריווער וואַסער? שוין פאַר דריי יאָר צוריק האָט מהר"א ט"ב מסאַטמאַר שליט"א זיך גע'טובל'ט און טועם געווען די וואַסער, און דערציילט ברבים אַז עס איז זיס. 

אָפּגעזען וואָס מען שפּורט, באַשטעטיגן אַלע אַגריקולטור פּראָפעסאָרן אַז עס איז מער געזאַלצן ווי אַנדערע וואַסערן, און זיי פּרובירן צו נוצן מעטאָדן אַוועקצוואַשן די זאַלציקייט פון די ערד וואָס בלייבט איבער צוליב די וואַסער, ווייל דאָס אַפעקטירט די געוואוקסן אין תבואה. איצט איז נאָך צוגעקומען נאָך אַ פּראָבלעם, אַז וויבאַלד מ'האָט באַשפּריצט די פעלדער פון אויבען, און די וואַסער האָט אָפּגעטרוקענט, איז די זאַלץ געבליבן און אַריין אין די תבואה, אַזוי ווי אַלע מומחים באַשטעטיגן דאָרט אַז ווען די וואַסער גייט אַרויף אין פּאַרע, לאָזט עס איבער אונטער זיך הויכע מאָסן זאַלץ. 

אָט די פאַקטן האָט דער רב בכלל נישט באַרירט. אַנשטאָט, זעט אויס אַז דער רב האָט געהאַלטן אַז דער וויכוח איז בלויז צי מ'שפּורט די זאַלציקייט אין די וואַסער און צי מ'קען עס טרונקען.

און דאָס וואָס דער רב זאָגט אַז דער פּראָפעסאָר זאָגט אַז די טייך האָט ווייניגער זאַלץ ווי נאָרמאַל, איז לכאורה אַ שטאַרקע פאַרזעעניש פונעם בריוו וואָס ער האָט געזאָגט אַז ער האָט אין טאַש פון אַ פּראָפעסאָר – דאָס איז דער בריוו וואָס דער פּראָפעסאָר שרייבט צו הרב ברוידאָ. אינעם בריוו אַנערקענט דער פּראָפעסאָר אַז די טייך איז באַזאַלצן, וואָס מאַכט זיך אין טרוקענע ערטער, און זיי אַרבעטן אַז די זאַלצן זאָל נישט שעדיגן די געוואוקסן. דאָס זעלבע איז דאָ פּובליצירט געוואָרן אַסאַך בריוון פון דעם פּראָפעסאָר און אַנדערע מומחים וועלכע באַשטעטיגן אַז די קאָלאָראַדאָ ריווער איז זייער זאַלציג, פיל מער ווי געווענליך. 

ווייטער, בתוך דבריו, האָט דער רב שליט"א געזאָגט: "מ'זאָגט דעם עולם אַז ס'איז דאָ דאָרט אַן ארץ מליחה, אַז די ערד איז געזאַלצן... מיר האָבן באַזוכט אפשר אויף צען פּלעצער, 7, 8, 10 פּלעצער, איך געדענקט נישט פּונקטליך - נישט געטראָפן קיין זכר זאַלץ אויף דער ערד." 

ווידער אַמאָל איז דאָס זיך סותר מיט'ן בריוו פּראָפעסאָר סאַנטשעז צו הרב ברוידאָ, אין וועלכע ער שרייבט קלאָר אַרויס אינעם צווייטן פּאַראַגראַף: "זאַלצן קענען אויך פּאָטענציעל זיך אָנזאַמלען אין די זאַמד ווען וואַסער וועפּט אויס פונעם אויבערפלאַך, איבערלאָזנדיג אונטער זיך די זאַלצן. אויסוועפּונג פון פייכטקייט אין אונזער געגנט דערגרייכט אָדער איז מער פון 2 עם (אַ הויכע מאָס). אין פאַקט, אין זומפּן, קענסטו צומאָל זען זאַלץ מיט די אויג, ווי אַ ווייסע שטויב אויף די זאַמד'ס אויבערפלאַך."

נאָך אַ ראיה וואָס דער רב ברענגט אַז אַלעס איז אין אָרדענונג, איז אַז ער האָט צוריקגעברענגט אָראַנזשעס און לעמאָנס פון אַריזאָנע, וואָס דאַרף אויפווייזן אַז עס וואַקסט דאָרט געהעריג. ווידער האָט דאָס נישט מיט די שאלה: ווייסן מיר דען נישט אַז עס וואַקסט דאָרט ווייץ? אַז מיט די אַלע מעטאָדן קען מען דאָרט מאַכן וואַקסן? 

די פראַגע איז נאָר צי עס האָט אַ שטערקערע כח המלח, וואָס די לאַבאָרטאָריע טעסטן און פילע מענטשן וואָס האָבן עס טועם געווען שרייען אַז יאָ. אָט די זאַכן האָט מען בכלל נישט באַרירט. 

אַנשטאָט פאָרצוברענגן דעם רב שליט"א די ריכטיגע שאלה, מוז זיין אַז מ'האָט אים פאָרגעלייגט אַנדערע שאלות שלא ממין הטענה, ווייל אַנדערש איז אינגאַנצן נישט צו פאַרשטיין דעם בירור און ענטפער. פאַרוואָס האָט מען פאַרהוילן פונעם רב די ריכטיגע שאלה? הלא דבר הוא!

צום סוף האָט דער רב שליט"א אויך אַוועקגעמאַכט דעם זאַך פון נוצן חדש אסור מן התורה אויף זאַלץ אין די מצות, זאָגנדיג: "איך האָב נישט געזען אַז עמיצער זאָל קומען שרייען אויף די גאַסן אַז זיי האָבן געזען רבי'ס קומען אָן צום טיש ליל שבת מיט אַ סחורה וואָס באַלאַנגט פאַר קליידער פון נשים, אַז עמיצער זאָל שרייען חדש אסור מן התורה..." 

דער צוזאַמעשטעל איז זייער אינטרעסאַנט, ווייל דוקא ביי זאַלץ אין די מצות זעען מיר אַז דער הייליגער טור זאָגט אויך אויף זאַלץ אין די מצות אל תטוש תורת אמך. אידן האָבן אַלץ געוויסט, אַז ווען עס מאַכט זיך סיי וועלכע שאלה, האַלט מען זיך צו מסורת אבות, איבערהויפּט ווען עס קומט צו פסח, וואָס מ'עסט בלויז וואָס מ'האָט געזען ביי די עלטערן, און על אחת כמה וכמה ווען עס האַנדעלט זיך פון אַזאַ ערנסטע שאלה פון מצה מלוחה אויף וואָס דער מרדכי זאָגט כאוכל חמץ גמור.

דער רב האָט זיך אויך אויסגעדרוקט אַז די שאלה אויף די מצות איז "פשוט אַן ענין פון הוצאת לעז." ווידער זעט אויס אַז ער איז נישט בתוך הענינים, און איז נישט באַקאַנט ווען מ'האָט אָנגעהויבן מעורר צו זיין דערוועגן. מ'האָט שוין אויפגעברענגט די שאלה פאַר רבנים און אידן איבער צען וואָכן בעפאָר פסח? וואָס איז די הוצאת לעז? מ'האָט אויפגעברענגט דעם ענין חדשים בעפאָר פסח, און היי-יאָר איז די ערשטע מאָל וואָס עס איז אויפגעקומען דער חשש, און עס איז ב"ה דאָ גענוג אַנדערע ווייצן מתקן צו זיין דעם פּראָבלעם. מ'טאָר נישט מעורר זיין לאפרושי מאיסורא און געבן די געלעגנהייט זיך פורש צו זיין דערפון? עס מוז זיין אַז דער רב האָט געמיינט אַז מ'איז אָנגעקומען ממש בעפאָר פסח, ווען מ'קען עס שוין נישט מתקן זיין. דער מציאות איז אָבער פאַרקערט.

*
עס איז שווער אין די ראַמען פון אַ אידישן אַרטיקל זיך מתווכח צו זיין אין אַ הלכה'דיגן טייל, דאָך ווילן מיר באַרירן איין נקודה וואָס דער רב האָט אַרויסגעברענגט אויף'ן שפּיץ גאָפּל. 

בתוך דבריו האָט דער רב געזאָגט אַז עס איז "אַ געוואַלדיגע עוולה וואָס טוט מורא'דיג וויי" אַז די מעוררים ברענגן דעם מרדכי און מגן אברהם האוכל מצה מלוחה כאילו אוכל חמץ. דער רב האָט געשטעלט דיוקים, אַז דער מגן אברהם ברענגט נישט דעם וואָרט "חמץ גמור" וואָס שטייט אין מרדכי, און ווייל דער מרדכי זאָגט בלויז "ואין להקל," צו לערנען פשט אין מגן אברהם אַז ער וויל גאָר ברענגן דעם מרדכי אַלס ראיה מקיל צו זיין אינעם חשש פון חמץ גמור.

ווייטער האָט ער געזאָגט "חלילה וחלילה צו זאָגן אַז מיר האַנדלען דאָ מיט חמץ גמור, ווייל די זאַך איז תלוי בפלוגתא גדולה מאוד." אָנווייזנדיג אַז דער רמ"א האַלט טאַקע אַז עס איז אסור בדיעבד, אָבער דער מחבר זאָגט בלויז ונכון הדבר נישט צו באַזאַלצן די מצה, און אַנדערע ראשונים זענען בכלל מחולק מיט די הלכה. 

במחילת כבוד תורתו, ווייסן מיר אַלע אַז מיר – אשכנזים - פסק'ען ווי דער רמ"א. דער רמ"א אין דרכי משה זאָגט בפירוש אַז עס איז אסור אפילו בדיעבד, "אע"ג דהרבה ראשונים מתירים." ממילא איז נישט שייך מחולק צו זיין און זאָגן אַז מען טאָר נישט זאָגן דעם פסק פון די רמ"א.

אָבער דעם פשט וואָס מ'האָט מחדש געווען אין מגן אברהם איז קלאָר פאַרקערט ווי מען לערנט פשוט און אַלע פוסקים האָבן געלערנט. די תורה און דיוקים איז אפשר גוט לחידודא און פאַר פלפולי דאורייתא, אָבער במח"כ איז דאָס נישט שייך צו נוצן פאַר אַ פסק להלכה, נאָך דערצו ווען מ'איז דן אויב די מצות זענען כשר לכתחלה.

דער שדי חמד שרייבט (מערכת חמץ ומצה אות י"ג) אַז "אבותינו ואבות אבותינו מזה כמה מאות שנים נהגו כן לחוש לדעת הקדמונים האוסרים ללוש במלח, ויש אוסרין בדיעבד גם כן... ואנן מה נענה אבתריה, אחר שכבר נהגו מדור דורים לאסור מי יקל ראש להתיר וכו'" – אונזערע און אור-עלטערן שוין פאַר הונדערטער יאָרן האָבן זיך געפירט חושש צו זיין צו די דעת פון די קדמונים וועלכע אסר'ען צו קנעטן מיט זאַלץ, און עס זענען פאַראַן וואָס אסר'ען אויך בדיעבד... און וואָס זאָלן מיר ענטפערן נאָך זיי, נאָך וואָס מ'האָט זיך שוין געפירט פון דורי דורת צו אסר'ען, ווער קען דען גרינגשעצן עס מתיר צו זיין?

דער הייליגער חתם סופר (או"ח סי' קכ"ג) זאָגט אויך, "והתפשטות מנהגינו לאסור אפילו בדיעבד" - און אונזער מנהג איז נתפשט געוואָרן צו אסר'ען אפילו בדיעבד. 

די אַלע פוסקים האָבן זיך נישט געוואַגט מתיר צו זיין, און זאָגן קלאָר אַז דער מרדכי אסר'ט. דעריבער איז נישט שייך מחולק צו זיין דערין, ברענגנדיג די ראשונים, וואָס להלכה פסק'נט דער רמ"א און מגן אברהם אנדערש. 

דערמיט ווילן מיר ענדיגן דעם שמועס, וואָס מיר זענען זיכער אַז דער רב שליט"א האָט געזוכט מברר צו זיין די הלכה לאמתו, נאָר זייטיגע מענטשן האָבן פאַרדרייט די ענינים, און זיי זענען עתיד ליתן את הדין פאַר צוריקהאַלטן אַ ריכטיגן בירור הלכה, והקולר תלוי בצוארם.

*

ב"ה, טראָץ די געפעלשטע דאָקומענטן און מח שווענקונגען, האָבן ב"ה ערליכע אידן זיך פורש געווען פון די חששות, און מ'זעט ווייטער דעם הנח להם לישראל אם לאו נביאים הם בני נביאים הם. דער פשוט'ער עמך האָט געשמעקט און ווייסט נאָך אַז פסח קלאַמערט מען זיך צו די מסורה, אפילו ווען עס גייט קעגן די פּאַרטיי, און מ'זוכט נישט קיין פלפולים און דוחקים.

דער המון עם פאַרשטייט אַז ביי חמץ אין פסח איז מען אַנטלאָפן פון צ"ט שערי היתר פיל מער ווי געווענליך. ווען מען גייט קויפן מצות זוכט מען נישט קיין מצה וואָס מ'קען מתיר זיין מיט גרויסע דוחקים, איבערהויפּט ווען עס האַנדעלט זיך פון אַזאַ האַרבע שאלה. פסח האָט מען געזוכט די אָפּגעהיטנסטע און ריינסטע פון חששות, און דאָס זעט מען ווייטער.

פון איבעראָל הערט מען צוריק אַז די בעקעריי וואָס האָט פּראָדוצירט בלויז אַריזאָנער מצות, האָט געשניטן די אַרבעטער, און איצט רעקלאַמירן זיי איבעראָל, אין די אייגענע און ענגלישע צייטונגען, ווי מהודר זייערע מצות זענען און רופן יעדן צו קומען קויפן, אין די צייט וואָס אַנדערע בעקערייען קענען נישט נאָכקומען דעם פאַרלאַנג. מ'לאָזט אויך אַראָפּ די פּרייזן, און פּרובירט צו שטופּן די מצות, ווייל אידן מדקדקים זענען בני נביאים און שטייען אַוועק פון די חששות.

אַן אַנדערע בעקעריי - וועלכע באַקט אויך אַריזאָנער מצות און די שטיצער דערפון זוכן איינצורעדן אַז יעדער וואָס באַקט דאָרט נוצט די ווייץ – איז דער פאַקט אַז בלויז 20 פּראָצענט פון די מצות זענען פון אַריזאָנע, און דער עולם וויל עס נישט, און עס איז געבליבן זייער אַסאַך דערפון, ווייל דער ציבור וויל בלויז די ווייץ וואָס די עלטערן האָבן גענוצט. עס דערציילט אַ איד וואָס האָט מיטגעהאַלטן אַז עס איז געווען אַ גאַנצע חבורה בני תורה אין וועלכע בלויז איינער האָט געברענגט אַריזאָנע ווייץ. די איבערוויגנדע מערהייט וויל נישט משנה זיין און אָנהייבן מיט נייע שאלות אויף וועלכע מ'האָט נישט די ריכטיגע קבלות.

פאַר די בעקערייען וואָס האָבן שוין גענוצט די ווייץ איז טאַקע שווער אָפּצוטרעטן און הייבן הענט, אָבער מ'זעט שוין איין אַז דאָס איז נישט לכתחלה און דער ציבור דאַרף עס נישט. דער ציבור זוכט נישט קיין היתרים ווען עס קומט צו מצות. אין טייל פעלער האָבן אידן פון אַ געוויסן קרייז גערופן בעקערייען וועלכע באַקן נישט אַריזאָנע, אַז זיי ווילן קומען שטילערהייט קויפן די אַנדערע מצות, ווייל זיי ווילן נישט מ'זאָל וויסן אַז זיי נעמען נישט די אַריזאָנער מצות. 

הנח להם לישראל, ווען עס קומט צו הלכות פסח טליעט נאָך דער פלאַם פאַר מסורת אבות, און טראָץ די אַלע מח שווענקונגען זענען רובא דרובא נאָך בייגעשטאַנען דעם נסיון ב"ה.

דער אייבירשטער זאָל העלפן אַז אין זכות וואָס אידן קלאַמערן זיך צו די מסורה, און ווילן זיך האַלטן צום אויסגעטרעטענעם וועג, זאָל מקויים ווערן כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו ווען עס וועט זיין בקרה נהל נטעי כנה פדויים לציון ברנה.






תוקן על ידי באלאנד ב- 15/04/2011 00:48:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2011 06:50 לינק ישיר 

http://twitpic.com/4ma741



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2011 06:51 לינק ישיר 



תוקן על ידי liner1 ב- 18/04/2011 06:53:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אריזאנע מצות • גליון ד' (4) • ראשוני ל'אידישע געדאנק'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext