בית פורומים אידישע געדאנק

 צום הילולא קדישא כ"ו ניסן: פר' בעלזא תשמ"א-מלחמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/4/2011 17:25 לינק ישיר 
 צום הילולא קדישא כ"ו ניסן: פר' בעלזא תשמ"א-מלחמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

  לכבוד הילולא קדישא כ"ו ניסן הבעל"ט: פרשת בעלזא בשנת תשמ"א - מלחמת הקודש פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
  מיר שטייען אצינד געציילטע וואכען וואס טיילט אפ צום 5'טן יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן רביה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע כ"ו ניסן הבעל"ט, אין א זמן ווען שלומי אמוני ישראל בכלל און רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט גרייטן זיך מיט גרויס התעוררות און התרגשות אפצורעכטן דעם הילולא קדישא פון רבין דער ברך משה זי"ע און איז א פאסיגע זמן איבערצוחזרן די הייליגע דרכים פונעם גרויסן בעל הילולא זי"ע, עס קומען פריש ארויף אויפן זכרון די פעולות צדיק לחיים פונעם רבי'ן זצוק"ל במשך שנות חייו ובפרט די תקופה פון העכער א חצי יובל שנים ווען ער האט ממלא געווען מקום דודו הק' מרן רביהקוה"ט בעל ויואל משה זי"ע אלס אבדק"ק קהלות ומוסדות סאטמאר בכל קצבי תבל און אונטער זיין הייליגע הנהגה איז עס פילפאכיג פארגרעסערט געווארן ביתר שאת וביתר עז לשם ולתפארת.
 
 בראש מערכות ישראל
 א באזונדערע קאפיטעל אין די גאלדערנע היסטאריע פון די פעולות הקודש פונעם רבין זי"ע איז די מערכות הקודש לכל קדשי ישראל ובפרט ווען דער רבי איז געשטאנען בראש מערכת ישראל אנטקעגן דעם עגל הציוני און כסדר געקעמפט קעגן די שווערע גזירות און פירצות וואס האט באטראפען דער יהדות החרדות בארצינו הקדושה, און אלס שומר משמרת הקודש האט ער געטריי אפגעהיטן דעם הייליגען פקדון פון רביהקוה"ט זי"ע לבל ישלטו זרים. 
 
שר צבא ה' ההולך לפני המחנה - מלחמת הקודש: פרשת בעלזא תשמ"א
  בשנת תשמ"א לפ"ק - אייניגע יארען נאכען הסתלקות  פון רביה"ק והטהור בעל ויואל משה זי"ע - איז דער יהדות החרדות בארצינו הקדושה אין שפיץ פון די עדה החרדית אדורך געגאנגען גאר שווערע צייטן בשעת זיי האבען מיטגעמאכט א מערכה כבידה נאכדעם וואס א געוויסע קרייז האט זיך ליידער פארמאסטן קעגן דער בית דין הגדול פון די עדה החרדית בירושלים עיה"ק נאכדעם וואס זייער יונגען מנהיג האט זיך מתחצף געווען בריש גלי און פוער פיו געווען ברבים נגד רביה"ק זי"ע ושיטתו הבהירה און אפגעלאכט פונעם דרך המסורה לנו פון רבותיה"ק נבג"מ, איבריג צו זאגען אלע שונאים פון סאטמאר האבן דעמאלטס ארויס געקוקט און געלייגט האפענונג אז זיי זאלן מצליח זיין, ח"ו.
  אין יענע שווערע צייטן האט זיך דער רבי מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וכל קדושיו עמו די גדולי הרבנים אין ארה"ב - וועמען דער רבי האט איינגעשפאנט אין די הייליגע מערכה - ארויס געשטעלט כגבור ואיש מלחמה אלס מנהיג הרוחני פונעם יהדות החרדות און ווי א שר צבא ה' ההולך לפני דגל מחנה ישראל געשטאנען בראש המערכה און מיט מסירות נפש האט דער רבי צוריק געשטעלט דעם שטארקען כח פונעם בית דין הגדול שבירושלים אויף די ארגינעלע יסודות אויפן דרך המסורה לנו מרבותיה"ק און מחזק געווען דער ברכיים אשר לא כרעו לבעל - די ערליכע אידען אין ארצינו הק', די הייליגע מערכה האט בשעתו אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו און האט געוויזען פאר די גאנצע וועלט אז עוד יוסף חי און די הייליגע שיטה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קאי וקיימא אונטערן נשיאות הקודש פון ממלא מקומו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע. 
  
למען ידעו דורותיכם
 שטייענדיג אין אזא תקופה - 30 יאר שפעטער - ווען מיר גרייטן זיך אפצורעכטן דעם 5'טן יארצייט פונעם רבין זי"ע וואלט געווען א פאסיגע צייט אראפצושרייבן און איבערחזרן די הייליגע מערכה להכתב לדור אחרון פאר די פרישע דורות וואס געדענקען עס שוין נישט און האבען עס שוין נישט מיטגעלעבט בשעתו,  נאכדערצו ווען מיר שטייען אין אזא מצב נאכדעם וואס א געוויסע פארטיי וועלעכע באשטייען פון א אפפאל פון סאטמאר וואס פאררופען זיך מכלומרש'ט אלס תלמידים וחסידים פון מרן בעל ההילולא זי"ע און קענען חלילה נישט שלום מאכען מיט וועמען זיי האבען אפגעסטעמפעלט אלס שונאים פונעם רבין דער ברך משה זי"ע פרובירן אפצולייקענען און פארווישען די הייליגע מערכה וואס דער רבי זי"ע האט געפירט קעגן די שונאי הדת, ע"כ ווילען מיר בעטן איעדן איינעם וואס האט סיי וואס פאר א אינפארמאציע וואס קען צוניץ קומען אדער ווער עס האט אין זיין באזוץ בריווען און קול קורא'ס פון דעמאלטס זאל זיך פאבינדען מיט אונז און אריין שיקן צו: 
 [email protected]
 
 ויכתב זאת לדור אחרון למען ידעו דורותיכם אז די מלחמת הקודש איז קאי וקיימא עד היום הזה, ואל תאמר נשתנו העתים יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה!


תוקן על ידי פישער_גאבע ב- 17/04/2011 17:50:06




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 17:34 לינק ישיר 

מיר ווילן בעטן דעם חשוב'ן מנהל צו האלטן דעם אשכול ריין פון קינדערישע דיסקוסיעס. בלויז זכרונות, דאקומענטן און פאקטן פון יענע מערכה זאלן דא דעבאטירט ווערן.
 
אזוי ווי מיר גרייטן זיך אי"ה ארויסצוקומען מיט די ארבעט בשלימות צו די יארצייט, בעטן מיר דער עולם וואס וויל אונז ארויסהעלפן זאלן ביטע אריינשיקן דעם חומר ווי אמשנעלסטן צו דעם אויבנדערמאנטן אימעיל אדרעס. ולמצוה גדולה יחשב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 17:47 לינק ישיר 

http://cbfc24.b1.gns.co.il/bhol2017/20101123_2133914688_jpg.jpg

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 18:56 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 18:59 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 18:59 לינק ישיר 

נועם המידות במלא מובן המילה, לדעתי דארף מען לכבוד די יארצייט פון הייליגן דברי חיים כ''ה ניסן אראפברענגען די מחלוקה פון צאנז און ריזון למען ידעו דורותיכם, און כ''ו אב ביים יארצייט פון דברי יואל זאל ברענגען די מחלוקה פון סאטמאר-ספינקא, סאטמאר-ליבאוויטש, סאטמאר-קלויזנבורג,  און נאך א צענדליגע מחלוקת'ער אויך למען ידעו דורותיכם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 19:34 לינק ישיר 

די אויסגאבע "הדוב" קען בייהילפיג זיין? איך האב עס געטראפן ער"ש ביים פסח'דיג מאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 21:32 לינק ישיר 

משהלע כתב:
נועם המידות במלא מובן המילה, לדעתי דארף מען לכבוד די יארצייט פון הייליגן דברי חיים כ''ה ניסן אראפברענגען די מחלוקה פון צאנז און ריזון למען ידעו דורותיכם, און כ''ו אב ביים יארצייט פון דברי יואל זאל ברענגען די מחלוקה פון סאטמאר-ספינקא, סאטמאר-ליבאוויטש, סאטמאר-קלויזנבורג,  און נאך א צענדליגע מחלוקת'ער אויך למען ידעו דורותיכם...

 
פון וואנעט האבן מיר געזאלט וויסן אז בעלזא האבן אזוינע גוטע פריינד ווי די אהרונים וואס גייען פון אונז אראפנעמען דעם נועם המידות סטעמפל ווייל מ'גייט באשרייבן די היסטאריע פון די הייליגע מלחמה וואס דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געפירט קעגן בעלזא און זייער מנהיג?
 
די מחלוקה צווישן צאנז און רוזין א.א.וו. האבן שוין גאונים וצדיקים מדור הקודם געזאגט אז דאס איז העכער אונזער באגריפן, און מיר האבן דערין נישט וואס אריינצורעדן. ווידעראום די מחלוקה מיט בעלזא האט נאך ביד"ץ העדה החרדית קיינמאל נישט אויפגעלעזט. רבינו בעל ברך משה זי"ע האט קיינמאל נישט געלאזט פאלן ווערטער אז ער האט חרטה איין סעקונדע אויף די מערכה וואס ער האט געפירט, דעריבער איז דאס א עוון בל יכופר צו אויסמעקן פון די היסטאריע און נישט פארציילן פאר אינגן דור איבער דעם.
 
און אגב, אז דו בוסט שוין יא אזוי בייז אויפן פירן אלטע מערכות, אפשר ערקלערסטו פאר איז די בעלזא מחלקה ווייניגער אקטועל ווי מערכה מיט קהילת בני יואל אין קרית יואל וואס איר פירט נאך העפטיג אן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 21:39 לינק ישיר 

עםהארץל כתב:
די אויסגאבע "הדוב" קען בייהילפיג זיין? איך האב עס געטראפן ער"ש ביים פסח'דיג מאכן

 
יא, איר זענט מכובד דאס אריינצושיקן צו אונז אין אימעיל.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 21:54 לינק ישיר 

קיין גרויס כבוד פארן בירך משה און פאר סאטמאר ברענגט דאס נישט פונקט ווי דער בני יואל מערכה
לאז אים רוען אין גן עדן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/4/2011 23:21 לינק ישיר 

אויב זעט איר נישט קיין חילוק צעווישן סאטמאר-בעלז מחלוקה און סאטמאר-בני יואל מחלוקה, איז דער תירוץ "את פתח לו: איך וועל דיר געבן צו פארשטיין, די מחלוקה צעווישן סאטמאר און בני יואל האט שוין געהאלטן אינגאנצן ביים אויסוועפן פונקט ווי די מחלוקה סאטמאר-ליבאוויטש, סאטמאר-ספינקא וכד', ווען נישט אפאר אפגעריסענע "נאכשלעפער" פון די בני יואל (און איך שרייב נאכשלעפער, ווייל רוב עכטע בני יואל זענען זייער ברוגז אויף די מחרחרי ריב, וואס האבן זיך געקליידט באיצטלא פון בני יואל)  וואס האבן ווידערום אנגעצינדן דעם פייער וואלט מען שוין לאנג נישט געדענקט אז עס איז דא א מחלוקה, יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג,

אבער די בעלזע מחלוקה איז געווען אריבער דרייסיג יאר צוריק, און זייט דעמאלטס איז בעלז שא שטיל, זיי טשעפען קיינעם נישט, די חברי הבדי''ץ טרעפן זיך מיט זיי, וואס פאר א ניצן גייט ברענגען דאס ארויף ברענגען א פארווייטאגט ענין, מען זעט דעם בריעוו וואס הרב וואזנער האט געשריבן מיט ווייטאג איבער דעם ענין, און היינט צו טאג טרעפט ער זיך מיט בעלז, ווייל היינט צוטאג איז די מחלוקה שוין נישט אקטועל, ווילט איר קומען אויפרישן דעם זכרון פון מענטשן וואס האבן שוין פארגעסן, און מודיע זיין פאר אזעלעכע וואס האבן דאס בכלל קיינמאל נישט געוויסט, מיט א פרומען מאנטל פון "למען ידעו דורותיכם" שטעלט זיך די פראגע פארוואס דווקא בעלז? פארוואס נישט ליבאוויטש, ספינקא, קיאלהאז, סעמיאיע, וכד',

גלייבט מיר, ווען איר ווייסט וואס פאר א הנאה איר ברענגט פאר די אהרונים, וואלט אייך נישט ביי געפאלן אזעלעכע פערדישע שריט, וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש? דזשאסט קיפ איט אפ!!! דאנט יו עווער טזשענדזש!!! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2011 01:22 לינק ישיר 

משה'לע, דאס וואס דו שרייבסט גיי מיר טאקע טוהן און הער אויף צו שעלטן, קיינער איז נישט שולדיג אז די לוזערישע אהרונים לויפן נאך יומם ולילה בעלזא און ווילן שלום מאכן מיט זיי און דערווייל האלט נאך נישט בעלזא דערביי, קיינער איז נישט שולדיג אז דיין דזשיגאן עם הארץ שיקט משלוח מנות פורים פאר אים און איז מקיים במלוא מובן המילה דעם חנופה לרשעים און פרובירט צו ווייזן אז סאטמאר וויל שלום מאכן מיט זייערע שונאים, אבער וואס קען מען טוהן! אפילו בעלזא וויל ענק נישט אנערקענען פאר די עכטע סאטמאר!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2011 01:45 לינק ישיר 

לאז נישט דעם ארוני אוועק טראגן די שמיעס פאר נישט אוועק פין די בעלזע פרשה זיי קענען גיט אוועק טראגן א שמועס

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2011 02:28 לינק ישיר 

די אהרונים זענען ווי ריכטיגע היפאקראטען דא! מענטשען וועם זיי האבן באזיגעלט אלס שונאים פונעם ברך משה זי"ע מיט זיי טאר מען חלילה נישט שלום מאכן... זי זענען אסור לבוא בקהל ה'... אבער משא"כ בעלזא זיי זענען מותר(!) און מ'טאר חלילה נישט דערמאנען זייערע חטאים, אזוי אויך די זאליס זענען חלילה כופרים באלוקי ישראל (ח"ו) ווייל זיי גייען רח"ל אין בג"ץ הציוני... אבער משא"כ בעלזא איז.... די בני יואל זענען שקצים ווייל זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צום התמנות פונעם בנו הגדול, אבער ענק וואס ווילן אפווישן גאנצעטע בלעטער היסטאריע פונעם רבין זי"ע און פרובירן עס צו פארלייקענען, ענק זענען די אמתע תלמידים וחסידים.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2011 17:06 לינק ישיר 

חס וללילה, לא עלתה על דעתי אוועק צופירן דעם שמועס פון בעלז, אדרבה, קיפ איט אפ!, איר האט אנגעהויבן מיט ליבאוויטש, און דערנאך געשריבן א מכתב התנצלות אז איר האט עכט נישט געוואלט און נישט געמיינט, איי ס'איז דא בילדער ווי ענקער רבי קאטשעט זיך פאר געלעכטער, איז דער ענטפער תיקו, יעצט נעמט איר זיך צו בעלז און נעקסטע וואך וועט דארט אויך קומען א מכתב התנצלות..., דערנאך פארט ווייטער בלייבט נישט שטיין, הייבט אן מיט וויזניץ, דערנאך מיט גער, און אזוי ווייטער, און גרייט שוין אן די התנצלות'ער, און מיר וועלן שטיין און שעפן נחת פון ענק.

און פאר דיר טאטעלע וועל איך זאגן איין זאך, אויב רעדסטו פון היפאקראטן איז דער גרעסטער היפאקראטיע צו שעלטן די אהרונים ווען רבינו שליט''א האט זיך געטראפן מיטן קלויזענבורגער רבי, און דערנאך זיך אליין טרעפן מיט די קלויזנבורגער רביס, דאס איז היפאקראטיע פון די העכסטע גראד, און דעם חילוק מיט די בני יואל האב איך שוין געשריבן און ס'איז זייער פשוט דער רבי דער דברי יואל זי''ע האט זיך געטראפן מיט רבנים פון די אגודה און אפילו פון די מזרחי, ער האט גערעדט מיט חברי הכנסת און זיי אלע אויפגענומען פריינדליך, אבער ווען עס איז געקומען די פרשה פון די שווארצע האט ער נישט געיוואלט הערן פון זיי, איי זענען זיי דען ערגער פון מזרחיסטן? דער ענטפער איז יא!!! מיט מחוצפים ביי מיר אינדערהיים קען מען נישט און מען טאר נישט האנדלען, די בני יואל זענען עזות פנים'ער "עמי בבית", און א מחוצף בלייבט א מחוצף!, דאס מיינט נישט אז עס קען נישט זיין א סיס פייער, ווי עס איז געווען די לעצטע פאר יאר, יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג, און עס איז געווען פארהעלטנסמעסיג שלום ושלוה, ביז אפאר צוהיצטע חיות האבן זיך ווידער אויפגעוועקט און געקלאגט קהל, און דער שכר דערפאר האט נישט פארשפעטיגט צוקומען, ענד די רעסט איז היסטארי!.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2011 19:09 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער פון גאר קראנטע מקורות, אנטשפרעכט דער קונטרס צו זיין דער טאלק אוו טאון פאר א לענגערע צייט. די ארויסגעבער האבן צוזאמגעשטעלט א געוואלדיגן ליקוט איבער דעם ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק >  צום הילולא קדישא כ"ו ניסן: פר' בעלזא תשמ"א-מלחמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext