שוידער: משכיל שמואל ווידער מטמא וויליאמסבורג
דער בארימטער משכיל שמואל ווידער, וועלכער האט שוין פרובירט אין די פארגאנגענהייט מטמא צו זיין גאנץ כלל ישראל מיט א טמא'נעם צייטונג, דער בלאט. אין יענער צייט האט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פאראויסגעזען דעם שרעקליכן נגע וואס קען מחבל זיין בכרם ישראל, האט ער ארויסגעגעבן א שארפן איסור צוזאמען מיט בית דינו הצדק, וואו ער האט גענצליך אפגע'אסר'ט דעם צייטונג.
יעצט ווערט באקאנט אז דער משכיל באגעניגט זיך נישט מיט א צייטונג צו פארדארבן דעם יוגענט, נאר ער וויל טון למעשה מיטן אויפשטעלן א תועבה געשעפט אין הארץ פון וויליאמסבורג. דער משכיל וועלכער איז פארוואנדלט געווארן פון א מלבושים וואשער צו א מוח וואשער ביי די אהרונים, האט געמאכט א יד אחת מיט א קראונהייטס'ער חצופה, און ער פארדינגט איר דעם לאקאל וואו עס פלעגט זיין דער קלינער'ס, זי זאל דארט מאכן א אויסגעלאסענעם געשעפט, וואס אפילו אין די מאדערענע בארא פארק איז נישט דא אזאנס.
כלל ישראל איז אויפגעשוידערט פון די שרעקליכע אומרעכט וואס דער משכיל וויל טון מיט דעם ירושלים דאמעריקע, וויליאמסבורג.
היינט איז פארגעקומען גאר א שטורעמישער פראטעסט פארענט פונעם לאקאל אויף 111 ליע עוו. הונדערטער אידן האבן זיך באטייליגט דארט אויסצושרייען דעם וויי געשריי פון די וויליאמסבורגער איינוואוינער החרדים לדבר השם.
עס איז צום האפן אז דאס וועט איבערוויגן דאס הארץ פון דעם משכיל, ער זאל נישט מטמא זיין די הייליגע שטאט.
 |
|
|