בית פורומים אידישע געדאנק

מאסן ביי בוני עולם דינער אין בארא פארק תשע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/5/2011 18:02 לינק ישיר 
מאסן ביי בוני עולם דינער אין בארא פארק תשע"א






תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 22/05/2011 08:47:04




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2011 18:03 לינק ישיר 



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 22/05/2011 08:45:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2011 20:02 לינק ישיר 

* width="700" height="428"><*

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2011 20:03 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2011 20:42 לינק ישיר 

גענימען פין אידישע וועלט סאיז א גיטע ארטיקל..........
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=73&t=13940


ווי אזוי האט ער געקויפט א דירה אויף 200 וואלאבאוט?

 

הודעהדורך פוילישער » דינסטאג מאי 17, 2011 6:55 pm

די נייעס פארשפרייט זיך צווישן די חברים: יענקל האט געקויפט א דירה אויף 200 וואלאבאט! יענקל האט זיך איינגעהאנדלט אן הערליכן הויז, ביי די דשונסקיא הייזער אויף וואלאבאוט! די נייעס ווערט פארציילט צווישן אונזערע חבירים מיט שאק! פארוואס? ווייל יענקל איז נישט דער פארדינער וואס זיינע וועידזשס ערלויבן אים אראפצולייגן די די דאון פעימענט פון 250 אלפים. ער האט טאקע אריינגעמופט קעגן "קראלי ביהמ"ד" אבער ער איז אנגעקומען נאך די "פליפן עפאכע". דערפאר איז דער וואונדער גאר שטארק, אז יענקל איז דער וואס האט געקענט קויפן דארט א הויז.

אבער דער שאק ווי אזוי יענקל איז אנגעקומען צו דעם, האט אן ענטפער, וואס הייבט טאקע אויגן ברעמען מיט וואונדער, וואס א יונגערמאן איז גרייט אלץ צו טון אבי צו קענען קויפן אן הויז.

דער ענטפער בין איך געוואיר געווארן דורך א מיסטעיק.

זייענדיג פאריגע וואך ביי די "רופא חולים" דינער, האט איך באמערקט ווי יענקל דרייט זיך ארום צווישן די טישן וואו עס ליגט די "האט פוד". דאנערשטאג נאכט האב איך אים געטראפן ביי די "הצלה דינער". און זייענדיג שפעטער ביי א וואכנאכט, האב איך אויך געפינען, און זונטאג נאך א ברית סעודה , האב איך אים ווייטער געזען. און אלץ ביי די עסן טיש, און נעבן די קאך, מיט שאפינג בעגס אין זיינע הענט.

דער עולם זעענדיג ווי ער פאקט אריין טעצער קעיק, איבערגעבליבענע פלייש פארציעס, נישט גענוצטע סאודעס אין זיינע זעקעלעך, אים געשטעלט אויף א קרייץ פארהער. וואס טוסטו מיט די אלע שיריים? ער האט מגלה געווען זיין סוד: מיין לעבן קאסט מיר גארנישט, עס איז נישט דא א זאך וואס איך דארף, און איך זאל צאלן דערפאר געלט. אזוי האב איך געקענט מיט מיינע וועדיזשס אפשפארן א דאלער נאך דאלער, און געהאט געלט פאר די דאון פעימענט פון מיין נייע הויז. ב"ה איך וואוין שוין דארט, אבער איך קען ביישטיין אראפצוריקן מיין מארגאדזש גאר שנעל, דערפאר האלט איך נאך אן דעם סדר, עס איז טאקע גאר שווער, אבער איך האף ביז צוויי יאר וועט מיין הויז זיין אויסגעצאלט אי"ה.

יענקל לייגט אראפ זיין סדר היום, און ווי אזוי ער האט זיך געשפארט א דאלער נאך א דאלער.

מיינע חלות אויף שבת קומט פון שלש סעודות בילקעלעך פון שול, וואס גלייך ביים אהיימקומען, גייט עס אריין אין פריזער, אז ווען מען נעמט עס ארויס ערב שבת איז ער היבש פריש. אסאך מאל האב איך שיינע און בעסערע חלות, ווען ער עס איז דא חתונות, און ס'בלייבט איבער די בילקעלעך.

דיפס אויף שבת באקומט איך פון די "טוב טעם" דרייווער, די איבערגעבליבנע וואס מען נעמט צוריק פון די געשעפטן, איך האב גוטע פארבינדונגען מיט אים אלץ חבר טוט ער זיך אויף.

קאווע און מילך שטעלן ענק זיך אליין פאר פון וואו ער האט, פונעם קאווע שטיבל אין בית המדרש, וואס סופלייט אים אויך מיט האט קאפס - וואס ער נוצט נישט דייקא נאר פאר הייסע געטראנקן, נאר אויך וועס עס נוצט זיך אויס די פלעסטיק קאפס וואס ער האט זיך אנגעזאמלט פון רבי'שע חתונות, אדער קהל'ישע מסיבות.

טוילעט פעיפער איז אים די גרינגסטע איינצוהאנדלן. קיינער האלט נישט מיט, ווי ווען ער גייט אריין אין ביה"כ, גייט ער מיט ליידיגע קעשענעס, און ארויס מיט פילע, אנגעפאקט מיט אשר יצר פאפיר.

תומכי שבת דעליווערט אים אויך אהיים א פעקל פיל מיט גראסערי געברויכן, וואס מאכט זיכער אז די אינקאום פון זיין "פוד סטעמפ" קארטל, קען ווערן פארקויפט פר א חבר אין אויסטויש פאר קעש, וואס העלפט אים אסאך ארויס אין די הויז איינקויף. דאס זעלבע פארשטייט זיך איז מיט "וויק" און דאס זעלבע מיט די 200 דאלער קיופאן וואס "מעדיקעיד" האט געשיקט איינצוקויפן ביי "טויס א ראס". איי פון וואו האט ער טויס פאר זיינע קינדער? בייקס בארגט ער פון שכינים. פאר די גאר פיצלע, נעמט ער די ליידיגע קאנטענערס פון די דיפס, און פילט עס אן מיט שטיינער, אזוי אז עס מאכט א גערויש, א רעדי טוי פאר בעיב'ס.

צייטונגען באקומט ער פון זיין שוויגער יעדע מאנטאג די פאריגע וואכדיגע. אויף שבת ליינט ער די "שאפערס רוט" און "תורה טיימס" וואס ער האנדלט זיך איין פאר פרי.

געוויסע בעקערייען האבן נאנטשאפטן מיט אים, און לאזן אים וויסן ווען עס איז דא איבערגעבליבענע "סעווען לעירס" וואס ער נוצט צו "טריטן" זיין משפחה.

אין מקוה יעדן גייט ער אין "ראדני". אפילו ער האט געדארפט דערפאר טשעינדשען זיין געוואוינטע ביהמ"ד, אבער דאך אין "ראדני" איז נישט דא קיין "טוירן סטייל" ביים אריינגאנג. אזוי שפארט איך זיך נאך 20 דאלער חודש, און רעכן אויס פינף יאר מקוה געלט, איז א שיינע חלק פונעם דאון פעימענט, פירט ער אויס זיגרייך.

הקיצור די ליסטע איז זייער גרויס, איך זאג דיר, איך צאל פאר גאנישט מיט געלט, נאר יעדע דאלער, אדער מיטל וואס קען פארוואנדלט ווערן אין געלט, ווערט ביי מיר א סעווינגיס. אנפאנג איז מיר עס געווען זייער זייער שווער. אבער איך האב זיך צוגעוואוינט.

מיט אן איינגעהאלטענעם שמייכל רוימט ער מיר אריין אין אויער: פארצייל עס נישט פאר "קרן עזר", זיי וועלן מיר נאך בעטן איך זאל רעדן ביי זייער דינער, אויסצולערנען ווי אזוי צו שפארן געלט, און איך וועל נישט האבן קיין צייט צוזאמנעמען די עסן ביי זייער דינער...

איך לעב טאקע ווי א חז.. אבער איך לאך צום לעצט. מיין ווייב האב טאקע געשטעלט א ווידערשטאנד פון אנפאנג, אבער וואס מיינסטו, ווער האט דאס לעצטע ווארט ביי מיר אין שטוב? אוודאי איך... יעצט דאנקט זי מיר פאר די נייע דירה.

ער פירט אויס מיט פאטאס: דו לאכסט פון מיר, אבער מיט מיינע שפארונגען האב איך געקליבן א פרוטה נאך א פרוטה, און צוזאמגעקליבן 250 טויזענט פאר א דאון פעימענט...

אויף די סטעיטמענט, וואס ווערט געווארפן אין זיין ריכטונג: ר' יענקל, יא דירה נישט דירה, ביסט גוט צודרייט, מען לעבט נישט אזוי. שיסט ער צוריק: די מיינסט איך בין דער איינציגער, יוסי טוט אויך די זעלבע זאך, און האט אויך צוזאמגעקליבן געלט אויף דעם אופן, כ'מיין אז אפילו אסאך מער.

נאכ'ן ענדיגן דעם שמועס, זענען מיר געגאנגען אפירזוכן דעם יוסי, לאמיר הערן זיין געשיכטע. לאמיר זען וועלכע הויז ער האט זיך איינגעקויפט.

א טאג שפעטער האבן מיר געכאפט יוסי אינעם הייסן בור, און מיר פרעגן אים די שאלה. וואו איז דיין הויז? נא, איז טאקע דירה נאה מרחבת דעתך?

אבער אנטשטאט אן ענטפער, קומט צוריק פרעגענדיגע בליקן, פון וועלכע הויז רעדסטו?

אהא, מאכסט דיך תמ'וואטע. אקעי אז דו ווילסט עס זאל זיין א סוד וועל איך דיר נישט מוטשענען.

אבער יוסי איז גאר דער וואס פרעגט יעצט, פון וועלכע הויז האסטו גערעדט? וואס האסטו געמיינט? זעענדיג אז ער כאפט טאקע נישט, זאג איך אים: האסטו דאך אפגעשפארט אין די הויכע אלפים, האסט דיך נאכנישט געקויפט א הויז? אה יענע געלט, הממ... און איך פרעג ווייטער, לייגסט עס אפשר אוועק אויף חתונה צו מאכן די קינדער דערמיט? עס איז שטיל, עס קומט נישט קיין ענטפער, נאר שנירלעך טרערן קומט אראפ פון יוסי אויגן, און מישט זיך אויס מיט די בליטשיגע מקוה וואסער.

נאך א וויילע שטיל שווייגעניש, האט זיך דאס הארץ געעפענט, וואס געלט? ווען געלט? קיין זכר איז נישט דא דערפון. געלעבט ווי א חי' אפצשפארן א דאלער נאך א דאלער, און קיין פרוטה איז נישט דא דערפון. דו רעדסט פון חתונה מאכן די קינדער, איך האב געהאפט עס צו נוצן אראפצוברענגן קינדער, און פראווענען א שמחה...! ליידער דאס געלט איז שוין אויסגענוצט, אבער קיין קינד איך נאך נישט דא...! איך שפיר וואו דאס בעסטע פלאץ פאר מיר וואלט געווען צו כאפן א טבילה דא, און מער נישט ארויסקומען...! אבער איך בין אן איד, און איך גלייב אז מיט'ן אייבערשטענס הילף, וועל איך נאכאמאל זען נחת, בדרך הטבע זע איך עס נישט!

דו האסט נישט קיין אהונג וויפיל מיינע באמיענוגען אראפצוברענגן זרע של קיימא האט מיר שוין אפגעקאסט. איך רעד שוין נישט פון געלט, נאר די בושות צו גיין צוזאם קלויבן לקח פון תיקון אין בית המדרש, כדי מערן זאל האבן וואס צו עסן אינדערהיים, איז עפעס וואס איז מיר געווע שווער אראפצושלינגען. די עגמת נפש צו קלעטערן אפירקראצן שיירים, און באקומען תומכי שבת פעקעלעך ביי מיין טיר, איז עפעס וואס איך קען דיר נישט אראפמאלן. אבער איך האב דאך געהאפט אז עס וועט זיין א גליקליכע ענדע. ביז דערווייל ליידער... כ'האף אז ס'איז נאכנישט די ענד, עס וועט נאך זיין גוט.

האסט געמיינט איך האב געקויפט א דירה, הלוואי, הלוואי. אזוי האט זיך גענדיגט דער שמועס, און דאס אנגעווייטאגטע קעפעלע, האט געכאפט א טבילה, און געגאנגען דאווענען.

טייערע ליינער, ווער מאכט זיכער אז די פארלאפנע שורות זאל ווערן געשריבן אין פיקציע ביכער? דער תירוץ איז קלאר: "בוני עולם". וויפיל הייסע טרערן פון צער און ביטערניש האט שוין "בוני עולם" אויפגעטוישט פאר טרערן פון שמחה און התרגשות? עס איז נישט קיין סוד, יעדער האלט מיט ווי אזוי פארפעלקער וואס ווארטן יארן געהאלפן צו ווערן, ווערן געהאלפן. ווען מען זעט א יונגערמאן, וואס אין זיין שבת ארדער ליגט נישט קיין נאש פאר זיינע שעפעלעך, האפט מען אין הארץ: "בוני עולם" נעמט זיכער קעיר, און מיט'ן אייבערשטענס הילף וועלן זיי מצליח זיין.

דערפאר אז "בוני עולם" רופט היינט נאכט קיין עטרת חי', איז נישט קיין ספק אז מיר אלע ווען אהין שפאנען, און געבן גרויסע סכומים, און איר וועט קענען רוהיג אויפעסן אלעס, נישט זיך דארפן זארגן אז יוסי וועט נישט האבן וואס אהיימצונעמען... ווייל מיט אייער געלט וועט בעזר השם "בוני עולם" אים קענען אויפרעכטן.

_________________




תוקן על ידי kj1234 ב- 18/05/2011 20:43:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 01:30 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 01:31 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 14:23 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2011 14:24 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 01:37 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 01:38 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 01:38 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 01:39 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2011 01:40 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2011 02:38 לינק ישיר 

* width="640" height="390"><*

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2011 02:38 לינק ישיר 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מאסן ביי בוני עולם דינער אין בארא פארק תשע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext