די פארגאנגע וואך האבן די אהרונים אין ניו-יארק אפגעהאלטן א "דינער" פאר זייערע מוסדות אין בני ברק, און אונטער א העדליין פון "יום חינוך הטהור" האבן זיי פארזאמאלט א קליינע צאל קעלבער צו הערן די דברות קודש פון אדמו"ר מהר"א חתן האדמו"ר מוויזניץ בני ברק נשיא מועצת גדולי התורה פון אגו"י,
דער מהר"א האט זיך אויסגעוויינט וואספארא ערליכע מוסדות בני ברק זענען, וואספארא פיינע און איידעלע נאבעלע קינדער די תלמידים פון ת"ת זענען,
און אזוי ווי זיין ברידער דער סאטמארער רבי שליט"א האלט פארן אריינגעבן דעם הייליגן דברי חיים'ס ס"ת אין ביהמ"ד הגדול, האט ער באשלאסן צו אריינרייקן א גוץ (ווי מתתי' דייטש רופט עס) אין זיי ברידער, און געלאזט הערן די פאלגענדע ווערטער: דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט אז אלעס קענען ער צוהערן, אבער נישט א קרעכץ פון אן אריעמאן, אין בני ברק זענען דאך אלע כלי קודש ארעמילייט, און מ'קען זיי נישט צאלן צייטליך דאס געהאלט, ווייל מ'האט צוגענומען פון זיי די הכנסות וואס קומט זיי מידי חודש בחודשו, און עס איז אן עון פלילי בל יכופר.
ביים ענדע האט ער אנגעוואונטשן (געשאלטן) מיט זיין איידעלע שפראך, אז אלע שטערער'ס (וועם האט ער געמיינט ?) זאל נישט האבן הצלחה
http://www.bechatsrossatmar.com/PDF/34Nusoi-5771/KolHisachdiseini.pdf
נאכן ליינען די נאבעלע ווערטער פונעם רבי'ן מהר"א, האבן זיינע חסידים באווארפן נעכטן ס"ג דעם סאטמארער בני ברק'ער האטעל אין שיכון קרית יואל מיט שטיינער און גלאזענע באטלעך, און האבן אנגעזייט דארט א חורבן.
ווידיאו פון די סעצענע פון די איידעלע התנהגות פון די תלמידי התשב"ר פון מהר"א אין בני ברק וועט באלד נאכפאלגן