| נשלח ב-6/6/2011 04:19 |
|
| |
איז ר' אהרן א המספיק פאציענט??
שוין עטליכע יאר וואס איך באקום די "המספיק גאזעט" אויף פאסט, איך ליין עס פון מאל צו מאל ווייל ווי נישט ווי איז עס א וואוילע ארגענעזאציע אמת'דיג שיין איבערגעגעבן פארדי קינדער וואס דארפן ליידער צוקימען צי ספעציעלע הילף ל"ע.
די קינדערלעך בעצם דערקענט מען אויף זייער פנים ווי געטריי מען גיבט זיך דארט אפ פאר זיי, יעדער גייט מיט ריינע שיינע בגדים, און טאקע מיט די לעצטע סטילס, בקיצור מען האלט זיי ווי יעדע מאמע נעמט קעיר אויף א אייגן קינד.
וואס האט אבער געצויגן מיין נייגער איז געווען דעם פארגאנגענע מוצאי שבת ווען איך האב געזעהן די פראנט פעידזש קעפל אז אז צענדליגע עלטערן האבן זיך באטייליגט ביי א חנוכת הבית פאר א פרישע בנין וואס דער וואויל בארימטע המספיק האט באנייט אין וויליאמסבורג.
איך בין געקימען צום מסקנה אז עס מיז זיין אז ר' אהרן איז א פאציענט ביי המספיק, ער איז יעדע חודש אין די המספיק גאזעט, עס ערשיינט דארט בילדער פון אים יעדע חודש פונקט ווי די אנדערע אינגע פאציענטען, מען טראגט אים אויך אויף טריפס יעדע חודש אזוי ווי די אנדערע פאציענטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 05:02 |
|
| |
גוט מארגן...
דזשיגאן איז שוין אן אלטער המספיק פאציענט ער ליידט אויף עקספערדזשערס סינדראם, דאקטער פישער האט זיך געלערענט ביי המספיק ווי אזוי קער צו נעמען פון אים
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 17:25 |
|
| |
סעלפאון: וואס האט דיר געברענגט צו עפענען אזא מאדנער אשכול?
ווי איך פארשטיי קען אזא אשכול גארנישט ברענגן נישט הייבן און נישט קלאפן....זייער מאדנע... .. מאטעלע
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 20:46 |
|
| |
דאס פלאץ דערפאר איז אפשר נישט דא, אבער פארן "געזעט" דארף מען עס יא לאזן וויסן, לכוארה ווילען זיי וויסען ווי אזוי די ליינערס קיקען אן זאכן, איך וואלט זיי געזאגט, אז אויב מיז ער עס אריין לייגן פאר סיי וואסערע סיבה, זאהל ער עס לייגן איינס פאר די לעצטע פעיטש, ווייל ווען מען נעמט און די הענט אריין א צייטונג צום ליינען, איז מען, אדער עכ"פ, וויל מען, זיין, גוטמאטיג, און אויב מען טרעפט דאס אויף די ערשטע פעיטש, האט עס א טעם אזוי ווי איינער עסט א גיטער מאלצייט און פאר אלעם עסט ער קנאבל, ער מעג שוין עסן וואס ער וויל נאכדעם, און אלעם וועט ער שפירן דעם טעם פון קנאבל,
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 23:37 |
|
| |
סעלפאן: די מצב איז פונקט פארקערט,
המספיק איז מהר״א׳ס פאציענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2011 23:48 |
|
| |
איז דא א וועג צו סטאפן צו באקומען די המספיק פראפעגאנדע? זיי האבן גראדע גאנץ פיינע ארטיקלען אבער איך וויל נישט אריינלאזן אין שטוב דער פרצוף פון זשיגאן פון מאנרא
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2011 02:36 |
|
| |
די סיבה וואס המספיק טוט עס, הגם זיי רעגן נישט אויף נאר חסידי סאטמאר, נאר פאר קיין אאיין חסיד שמעקט נישט צו ליינען א פראנט פעיזש קעפל איבער כ"ק אדמו"ר עטרת ראשינו שליט"א מ'סאטמאר, וואס עפעס עט"ר? פלעין כ"ק אדמו"ר איז נישט גענוג? איך מיין המספיק שיקט פאר לערך פערציג טויזענט משפחות דא אין אמעריקע, און קוים עטוואס מער ווי 6 טויזענט דערפון באלאנגען צו די פראקציע, איז וואס איז דער פשט?
איז לדעתי האט דאס לכאורה צוטון מיט אינסייד סכסוכים מיט מאיר הירש, און מאיר ווערטהיימער וויל ווייזן אז ער איז פויבסטליכער פונעם פויבסט.
עניוועי, קיין סאך איז נישטאצו טון דערוועגן. ערמאכט סייווי נישט קיין געלט פון עס ארום שיקן, עס איז סתם פאר אדווערטייזמענט פוירפויסעס אנלי. סאו, אז איינער וויל עס דוקא נישט אריין ברענגען אין שטוב, איז עפ"רו דא א מיסטקאסטן נעבן יעדן פאסט קעסטל.
|
|
|
|
|