בית פורומים אידישע געדאנק

דער בליץ - סיון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2011 04:51 לינק ישיר 
דער בליץ - סיון





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2011 05:13 לינק ישיר 

אויסגעדראשענע 67 זייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2011 05:20 לינק ישיר 

עס איז זייער מאדנע ווי דער בליץ מיט די שטערן באשרייבן ביידע די זעלבע זאך שוין די צווייטע מאל 
פאריגע חודש האבן ביידע באשריבן די טשערנאביל נוקלעארע אויפרייס
אין יעצט באשרייבן זיי די ען עס עי 
וואס איז פשט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2011 05:43 לינק ישיר 

אויב אזוי זאג ווער האלטסטו באשרייבט עס בעסער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2011 18:49 לינק ישיר 

דער בליץ איז א הערליכע אויסגאבע, פאר אן אויסגאבע וואס שטייט קוים אפאר חדשים און האלט שוין אזוי ווייט אין רייכקייט וכו' איז דאס לענ"ד א דערגרייכונג פאר א נייע זאך.

לגבי ווער עס שרייבט בעסער איז עס קיין שום נפקא מינה, ביידע זענען זייער רייכע אויסגאבע'ס, נאר דער חילוק איז אז דער שטערן נעמט דיך אריין אין א היפנאזיע וועלט ווען ער שרייבט משא"כ דער בליץ שרייבט פשוט אינטערסאנט אן קיין היפנאטיזעם. פינטל.

איך האב געסטאפט צו קויפן דער שטערן נאכדעים וואס עטליכע חדשים אין א צי האבן זיי יעדע חודש געהאט אן ארוינישע סטעיטמענט צו מאכן, איין חודש א בריוו פון רובאשקין פאר אראן זשיגאן,
די אנדערע חודש א פיקטשער פון ר' שמעון זאב מייזליש ווי דער שטערן האט געפילט פאר וויכטיג צוצושרייבן "חדב"נ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א" (איך זאג נישט אז עס איז געפערליך אבער די פאקט איז אז בטעות האבן זיי נאך נישט געהאט א גיט ווארט אויף איינער פון אונזער זייט צו א רב צו אן עסקן)

די אנדערע חודש א באשרייבונג ווי נתן לעווין האט געקעמפט פאר די "הייליגע" מוסד שערי חמלה אפילו עס איז געווען שטיינער אין וועג האט ער דאך געקעמפט ווי א לייב...... צולייגענדיג א בילד ווי הארטמאן דער ארויני אין קארט ביי די פרשה פון די סקול דיסטריקט. 

די אנדערע חודש אויך א בילד פון איינעם פון די גרויסע ארוינישע עסקנים ארומרעדנדיג איבער זיינע געוואלדיגע אויפטואונגען (אינטערסאנט אז פון אונזערע עסקנים ווי למשל הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א וואס האט א לאנגע היסטארי פון אויפטואונגען פאר'ן ציבור איז נאך בטעות נישט אריינגעפאלן זיין נאמען דארט)

אזוי כהנה וכהנה האט שמעון ראלניצקי געמאכט זיכער מיך צו נערווירן ביז איך האב עס געסטאפט צו קויפן, איך זאג נישט אז ער מעג נישט באשרייבן מענטשן וכדומה אבער נאר ווען ער טוט דאס אויף ביידע זייטן צוגלייך (ווי למשל דער בליץ ווען זיי האבן באשריבן פערזענליכקייטן פון קהילות האבן זיי געמאכט זיכער צו באשרייבן פון ביידע סאטמארע קהילות אין איין אויסגאבע)

אינטערשטע שורה, דער שטערן האט מיך פארלוירן פאר א קאסטומער און זיי גייען מיך שוין לכאורה נישט צוריקבאקומען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2011 21:50 לינק ישיר 

קאם אן, נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע נארישע תגובות.

עס קוקט אויס אז יעדעס מאל וואס דער בליץ ליידט עפעס א מעידזשאר פלאפ קומט ער ארויף דא אויפ'ן פארק און פאנגט אן צו העצן קעגן דעם שטערן.

ווען דער בליץ איז ארויסגעקומען האט ער געזאגט אז ער זוכט גארנישט זיך צו פארמעסטן מיט אנדערע. ער מיינט נאר זיך. אבער זייט דעמאלט גייט כמעט נישט אריבער א חודש וואס דער עפנט נישט אן אשכול דא מיט די זעלבע אויסגעדראשענע טענות איינמאל און נאכאמאל.

יעדעס מאל וואס עס גייט אים עפעס שלעכט איז דער שטערן שולדיג. יעצט האט ער געהאט א פלאפ שוין צום צווייטן מאל ווען ער האט געשריבן דעם זעלבן ארטיקל וואס דער שטערן האט געשריבן און ער איז ארויסגעקומען א גרויסער לוזער וויבאלד אלע ליינערס האבן געקענט זען דעם חילוק און דאס האט אים זייער נישט געשמעקט, איז ער תיכף ארויסגעקומען מיט די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע אטאקע אז שמעון ראלניצקי איז אן אהרוני.

אינטערעסאנט איז נאר אז דאס אז דער שטערן האט באשריבן (דווקא יא) ר' משה דוד נידערמאן, אברהם יעקב פריעדמאן, דער פאלטישאנער רב אדער מאנסיער רב שליט"א און נאך אסאך אנדערע מענטשן וואס קענען נישט פארדעכטיגט ווערן אין זיין אהרונים, דאס האסטו עפעס אינגאנצן פארגעסן. דו זעסט נאר די אהרונישע ארטיקלען.

און וואס דו שרייבסט איבער נעט לואין, נעט האט א לאנגע היסטארי פון זיין אן אקטיוויסט פאר אידישע צוועקן, צי דו עגריסט דערמיט אדער נישט, און ס'איז גארנישט ראנג אז מען רעדט פון נעט לואין און מען דערמאנט אז ער האט געפייט פאר'ן סקול דיסטריקט. דער שטערן האט אויך געשריבן אז נעט לואין האט געפייט פאר דעם ליובאוויטשער רבי'ן ביי די פרשה פון די ליובאוויטשער לייברערי. דאס מאכט עפעס דעם שטערן א ליובאוויטשער אויסגאבע?

ווידעראום דער בריוו פון שלום מרדכי רובאשקין איז דירעקט נישט געשריבן געווארן צו איינעם פון די צוויי רביס ווייל שלום מרדכי האט נישט געוואלט שפילן פאליטיק און ער האט עס געשריבן צו ביידע רביס גלייך. דער שטערן האט אין ערגעץ נישט געשריבן אז דער בריוו איז געשיקט געווארן קיין מאנרא. דאס אז די אהרונים האבן באשלאסן עס אויסצונוצן פאר זייער פאליטיק איז נישט דעם שטערנ'ס שולד.

אויך איז עפעס זייער אינטערעסאנט אז דער שטערן איז געווארן אן אהרוני נאר נאכדעם וואס דער בליץ איז ארויסגעקומען. איז דאס עפעס א איד-בלאט מערכה אדער וואס? אויב טאר מען נישט קויפן דעם שטערן ווייל שמעון ראלניצקי דארף צו הייסן אן אהרוני דעמאלט אפשר זאלן די אהרונים אויפהערן צו קויפן דעם בליץ ווייל יואל בן הגר"י מאנדל איז א זאלי?

אז דו האסט א פלאפ דיעל אליינס דערמיט. אונז זעמיר נישט דיינע פערדלעך אז דו זאלסט אינסאלטן אונזער אינטעלידזשענס יעדעס מאל מיט די נארישע אהרוני אטאקעס



תוקן על ידי לאפלאש ב- 07/06/2011 21:51:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2011 23:38 לינק ישיר 

לאפלאש זעהט אויס אז די האסט נישט געליינט דער שטערן בערך 4 חדשים צוריק ווען זיי האבן קאפירט ממש ווארט ביי ווארט פון דער בלאט איבער די שמיני עצרת ארעסטירן די א.ג. אומשולדיגע בחורים וואס האבן זיך איינגעבראכן אין צענטראלן אפיס פון קהל יטב לב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2011 01:30 לינק ישיר 

דער גראפיקס פון דעם בליץ איז שרעקליך. א עקל צו נעמען אין די האנט!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/6/2011 10:16 לינק ישיר 

קען איינער מסביר זיין באדייט פון דעם הבהרה פונעם שטערן וועגן די יאראסלאוויטש פרשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/6/2011 21:49 לינק ישיר 

וואס איז די. פראבלעם מיט די באשרייבונג פון יאראסלאוויטש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער בליץ - סיון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext