בית פורומים אידישע געדאנק

ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2011 19:34 לינק ישיר 
ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני

דעם שבת קודש האט ר' מאיר הירש געדאווענט אין ביהמ"ד דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג, לרגל א שמחה אין זיין משפחה זיין ברודער העסקן הנגיד ר' יענקי הירש האט באווארפן זיין זיהן וואס גייט אי"ה בשעטומ"צ גיין אונטערן חופה די וואך.
 
ר' מאיר איז אויפגענימען געווארן מיט כבוד און עהרע ער האט באקומען א עלי' לתורה און האט אפילו געשנדר'ט א שיינע סכום פארן ביהמ"ד הגדול דערנאך האט ער זיך פריינדליך באגריסט מיט רבינו שליט"א און געגעבן די האנט.

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 19:40 לינק ישיר 

נאכדעם פארשטייט מען נישט פארוואס ווען הירש שלאגט זיך מיט עקשטיין, בעקן אלע אהרונים דוד עקשטיין.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 20:45 לינק ישיר 

ר' מאיר איז באקאנט אלס א 'דזשענטל מען'

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2011 22:19 לינק ישיר 

מורא'דיגע נייעס, ר' מאיר הירש איז געגאנגען צום באווארפן פון זיין ברודער, ביי די זאליס איז דאס א געוואלדיגער נייעס, ווייסט איר פארוואס? ווייל דער אקס מעכל שלעזינגער איז נישט געגאנגען צום שוהל פירן פון זיין אייניקל ווייל עס איז געווען אין הופפער, ראו מה בין בני לבן חמי,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:33 לינק ישיר 

און אפשר איז דער זון א אקס פארן טראגן א שמחה אין א פלאץ וואו ער ווייסט זיין טאטע וועט נישט קומען?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:40 לינק ישיר 

ניין די נייעס איז נישט אז ר' מאיר איז געקומען, נאר אז מען האט אים שיין מכבד געווען און ער האט געשנדר'ט געלט פאר די שוהל וואס מען האט געגנבעט פון רבי אהרן און איז לשיטת שמואל ווידער אסור צו דאווענען דארט און אויב איז נישט געניג האט ער נאך געהאט די חוצפה צי געבען די הענט פאר די רבי שליט"א וואס איז ר' אהרן'ס גרעסטע שונא.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:56 לינק ישיר 

שמואל יונה, ניין, דער זון איז דער אבי החתן, און ער האט טאקע געמאכט דעם באווארפן אין בית רחל וויסענדיג אז ער האט א טאטן א אקס וואס וועט נישט קומען צו זיין שמחה אויב איז עס אין א אהרוני בית המדרש, דער שול פירן האט געמאכט זיין מחותן דער אבי הכלה, און אינטרעסאנט דער שווער פון אבי החתן א גרויסער זאלי און שונא אהרונים איז יא געקומען צו זיין אייניקלס שול פירן, און דער שווער פון אבי הכלה וואס איז פון די הולכי הערכאות אקעגן די אהרונים האט אויך פארשטאנען אז בשעת שמחה מישט מען נישט קיין פאליטיק און איז געקומען דאווענען אין הופפער, אין וואונדער איבער ווינדער ער איז ארויס מיט גאנצע גלידער, "אונזער" יודעלע וויינשטאק האט עם נישט געשטויסן אין פנים, "אינזער" משה גבאי האט עם נישט אנגעשפיגן, און "אונזער" שלעגער מענדלאוויטש האט עם נישט אראפ געווארפן דעם שטריימל, ראו מה בין בני לבן חמי!!!
 
דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:58 לינק ישיר 

פון איין זייט זעה איך נישט די גרויסע נייעס אז מאיר הירש איז געקומען צו א ברידערס באווארפן אבער פון אן ארונישן אקסישן שטאנדפונקט איז יא א געוואלדיגע נייעס נאכדעם וואס זיי האבן א לאנגע היסטערי פון בויקאטירן שמחות פון אייגענע משפחה מיטגלידער סיי צוליב ווייל יענער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם דזשיגאן אדער ווייל ער האט חתונה געמאכט אין די נייע זאל  וואס איז געאאסרט געווארן דורך דעם אקס קיבע מיט פארגעס. 

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 22:59 לינק ישיר 

משהלע כתב:

שמואל יונה, ניין, דער זון איז דער אבי החתן, און ער האט טאקע געמאכט דעם באווארפן אין בית רחל וויסענדיג אז ער האט א טאטן א אקס וואס וועט נישט קומען צו זיין שמחה אויב איז עס אין א אהרוני בית המדרש, דער שול פירן האט געמאכט זיין מחותן דער אבי הכלה, און אינטרעסאנט דער שווער פון אבי החתן א גרויסער זאלי און שונא אהרונים איז יא געקומען צו זיין אייניקלס שול פירן, און דער שווער פון אבי הכלה וואס איז פון די הולכי הערכאות אקעגן די אהרונים האט אויך פארשטאנען אז בשעת שמחה מישט מען נישט קיין פאליטיק און איז געקומען דאווענען אין הופפער, אין וואונדער איבער ווינדער ער איז ארויס מיט גאנצע גלידער, "אונזער" יודעלע וויינשטאק האט עם נישט געשטויסן אין פנים, "אינזער" משה גבאי האט עם נישט אנגעשפיגן, און "אונזער" שלעגער מענדלאוויטש האט עם נישט אראפ געווארפן דעם שטריימל, ראו מה בין בני לבן חמי!!!
 
כ'זע דאך אז מאיר הירש איז יא ארוס מיט גאנצע גלידער. טא וואזשע איז די ראו מה בין בני לבן חמי?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:01 לינק ישיר 

אבער חיים אליעזר גראס איז ארויס צובאלט פון ענק!!! אדרבה, ברענג מיר איינעם וואס האט געכאפט שלעק אין הופפער... אין ראדני איז דא צענדליגע!

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:12 לינק ישיר 

ר' משה גאבע האט מען געשלאגן און געוואלט הארגענען, וואו?
אלתר משה גאלדבערגער האט מען צעריסן און צעפליקט, וואו?

והחרון הכביד, דעם רבי'ן דעם ברך משה האט מען געציפט און געשטויסן בן פסח לשבועות מוצש"ק, וואו?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:18 לינק ישיר 

אין ראדני!!!! אדער אין קרית יואל ווען איר האט נאך באלבאטעוועט! אלעס פאר די הכתרה פון כ''ק רבינו שליט''א וואס איז געווען בשנת תשנ''ט, ווען מען האט זיך אפגעטיילט פון ענק.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:28 לינק ישיר 

גערעכט, משה גאבע האט מען געשלאגן אין קרית יואל ביהמ"ד תשנ"ה, נישט כ"ו ניסן תשס"ו.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:33 לינק ישיר 

הקיצור, קען יו אימעזשען?, מיכל שלעזינגער מאכט חתונה אן אייניקל, א אייגענע שמחה, און גייט נישט צו די שמחה, פארוואס? ווייל עס איז אין הופפער!, איי, וואס איז דער פראבלעם אין הופפער? האט מען דאס געגנבעט פון די זאליס? האבן די לישקע ארויס געגעבן א איסור דארט צו דאווענען? איז די וואסער דארט געזאלצן? איז דאס אין יומא אריזאנא? גיט מען דארט קאטשקע פלייש? וואס איז דארט דער פראבלעם, הא?,    

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:43 לינק ישיר 

ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן, הייב איך אויך אן מיט א 'הקיצור'.

און אז מ'רעדט שוין, ר' מיכל שלעזינגער'ס זון מאכט חתונה און באשליסט אז פאר אים איז וויכטיגער פארטיי ווי זיין אייגענע טאטע זאל קומען צו זיין שמחה, און טראגט די שמחה קיין הופפער. אזוי האט אים זיין דזשיגאן רבי געלערנט, פארטיי קומט פאר אלעם. ווייל ווען מ'האט זיין דזישדאן געגעבן די ברירה אדער ארויס פון ערכאות אדער קומט דער טאטע צו זיין שמחה, האט ער אויך בעפארציגט בלייבן אין ערכאות לטובת הפארטיי.

תוקן על ידי שמואליונה ב- 19/06/2011 23:43:37

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2011 23:47 לינק ישיר 

און ר' יושע לעפקאוויטש, ר' שמעי' ראזנער, ר' שמואל אהרן דייטש, ר' יחזקאל שווימער, ר' משה אברהם רוזנער ועוד,  זענען נישט גענוג ערליכע זאליס? אדער זענען זיי נישא אזוי קלוג ווי מיכל שלעזינגער?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' מאיר הירש געדאווענט שב"ק אין ראדני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext