| נשלח ב-19/6/2011 20:03 |
|
| |
דזשיגאן באגריסט זיך מיט דעם מסוך והלך בג"ץ
פארגאנגענע וואך דאנערשטיג נאכט האט הרה"ח ר' עזריאל גליק משב"ק רבותינו זצוק"ל ולהבדיל בין חיים לחיים ממלא מקומם כ"ק רבינו שליט"א חתונה געמאכט א אייניקל אין קרית יואל, דזשיגאן איז צוגעטרעטן נאכן חופה צום גרויסן זיידע רבי עזריאל און אים געוואונטשן א הארציגע מזל טוב און אסאך לאנגע געזינטע יארן. די ארומיגע עולם איז דעשטאנען געפלעפט נישט גלויבענדיג וואס זיי זעהן. דער זעלבער וואס וויינט יעדע שטיק צייט איבער דעם געוואלדיגע חילול השם וואס ער האט געטין אונאיינעם מיט די שלושה רועה בקר דער זעלבער וואס האט אונטערגעשריבן "שרעקליכע קלאגע אין בג"ץ הטמאה" דער זעלבער וואס האט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם גראפישע ספר הק' ויואל משה, דער זעלבע וואס עסט קאקאש קעיק דער זעלבער וועמענס פלאץ מען האט הארמאטיש פארבינדן 2 יאר צוריק מיט דיקע קייטן פאר דעם הארבען עבירה פון גיין צום בג"ץ הטמאה, דער זעלבער אויף ווען מען האט שוין פארגאסן עמערס מיט אלע קאלירן טינט אויף היידפארק,בלאט, בתי מדרשים ווענט,גאסן, אט פאר דעם זעלבען האט דער דזשיגאן געגעבן די הענט און אנגעוואונטשן ברכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 20:25 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 20:31 |
|
| |
נאופ מר' ספרינטער איך האלט אז דו האסט אביסל א ראנג בליק אויף די גאנצע סאטמערער שיטה, וויפל איך ווייס האט ענקער רבי הדברי יואל וויואל משה זצ"ל נישט געפירט קיין שום פערזענליכער קאמף מיט קיין שום ציוני, אגודיסט אדער מזרחי,ער האט נאר כסדר ווידערהאלט זיין זיין גרויסער דעת תורה אז דער רעיון הציוני איז פסול, טרייף, אבער פונעם אנדערע זייט האט ער זיך רעגלמעסיג געטראפן, געשמועסט, געווינטשען, און אפילו געשטיצט אדער געשמייכלט וכדו' צו גאר ווייט פארקראכענע פון זיין הייליגע דרך.
דערצו קומט דא אריין נאך א פוינט וואס איך שפיר אז עס ברענגט שטארקע שעצונג פאר האדמו"ר מהר"א, אז טאקע פאר דעם זעלבן וואס האט אים איבערגעלאזט און געגאנגן שטיצן זיין אינגערן ברידער האדמו"ר מהרז"ל, וואס דאס דארף ארויסצוברענגן אז די המשכה האט זיך אוועקגעדרייט פון מהר"א און אפילו דער אלטער גבאי וואס האט באגלייט די פריערדיגע צווי רביס האט פארשטאנען ווי עס איז דער ריכטיגע פלאץ..... טראץ דעם ווען עס קומט צום לעבנס שטייגער, און דאס האט נישט צוטוהן מיט תורה אנגעלעגענהייטן פארשטייט האדמו"ר מהר"א אז יעצט איז קיין מחלוקה נישטא, די גאנצע צעהן יאר עקזיסטירן נישט, און ער באגריסט דעם וואס איז פאר אים א בלוט שונא מיא א הארציגן מזל טוב.................
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 20:41 |
|
| |
Motele you are not a satmara chusid so don't talk
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 20:51 |
|
| |
דאסטערס:
די ציל פון דעם פורם איז צו געבן פרייהייט פון אויסדרוק לכל מן דהו!!!
דרך אגב: קלער אריין וועסטו זעהן אז איך האב נישט אזוי שלעכט געשריבן.......
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 22:29 |
|
| |
אזוי? רבי אהרן איז יא א דזשענטלמאן? און איך האב געמיינט אז ער איז א מין ספירעטעד מענטש, ער האט נארמאל געגעבן מזל טוב פאר א זיידע טראץ וואס דער זיידע איז א הולך לערכאות?, ממש אנבעליוועבל!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 22:47 |
|
| |
א זיידע וואס איז לשוטתו א מסור און הולך לבג"ץ איז מענטשליך צי געבן די הענט, אבער א איד וואס איז שטענדיג געווען א בעל חסד און קיינמאל געטשעפעט קיינעם אזא איינער לאזט ער נישט קימען לקבורה בלויז פאר דעם חטא ווייל ער האט א סכסוך מיט דעם נפטר'ס טאטע. יא אבער רבי אהרן איז א מענטש.....
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:00 |
|
| |
אוי אוי, וויאזוי האט שאול פערלשטיין געזאגט? אביסעלע טינט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:03 |
|
| |
מ'שטיינס געזאגט אז דעם דזשיגאנס דזשענטלעמענקייט איז געקומען צו א ענדע צוליב אביסל טינט פון א קליין פעדער'ל?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:05 |
|
| |
איך האב הנאה צי זעהן אז די וועטער גריצלט נאך אלץ אין דיין אויערן...
| משהלע כתב: |  | אוי אוי, וויאזוי האט שאול פערלשטיין געזאגט? אביסעלע טינט!!! |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:14 |
|
| |
יא ספרינטער, איטס מיוזיק טו מיי איערס!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:18 |
|
| |
ספרינטער: קבורה מאן דכר שמי'?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:37 |
|
| |
מאטעלע, צו פארדרייען דעם שמועס אז קיינער זאל נישט פרעגן היתכן די חתונה איז געווען אין פאראדייס און נישט אין טרפה'ענעם האל, איז קבורה אויך גיט, צו עס שטומט יא צו נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:46 |
|
| |
סארי, אבער ליידער איז נאר דא דערווייל איין חתונה זאל אין קרית יואל וואו מ'דארף נישט נעמען דעם דזשיגאן פאר מסדר קידושין, און יענער זאל איז געווען פארנומען דאנערשטאג נאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2011 23:54 |
|
| |
איך האב דזשאסט געכאפט א בליק אין קעלענדער און באמערקט אז פרשת שלח תשע''א האט געהאט 5 וואכן טעג וואס מען האט געקענט מאכן חתונות, און די טרפה'נע האל איז געווען די איינציגע האל אין ניו יארק וואס האט נאר געהאט 3 חתונות, אלזא דער תירוץ שטימט נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2011 00:00 |
|
| |
קענסט קוקן אין קאלענדער, דער פאקט איז אבער אז דאנערשטאג פרשת שלח איז פארגעקומען א חתונה אין עטרת מאיר צבי.
און יא, דאס איז "בלויז" איינס פון דריי וועלכע איז פארגעקומען די פאריגע וואך אין דעם זאל וואו דו האסט געמיינט/געהאפט/געפייט אז ס'זאל שוין לאנג זיין פארמאכט.
|
|
|
|
|